top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרחבת גבולי ההוראה • מעמד התמנות מורי צדק אין ק"ק וויז'ניץ

מוצאי שבת פ' נח • ו' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען א גאר פייערליכער מאמענט, במעון הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואו מען האט געפייערט די ווייטגרייכנדע אנטוויקלונג והרחבת גבולי ההוראה, מיט׳ן מעמד התמנות מורי צדק ווען בהורמנותא דמלכא האט מען געקרוינט א צאל צעהן נייע דיינים מטובי הקהל, לעמוד ולשרת בקודש לדון ולהורות דבר השם זו הלכה אין די ברייט בארימטע בית דין צדק אין קרית מלך רב קרית וויזניץ בני ברק.

די נייע דיינים תלמידי חכמים מופלגים מובחרים בכתר ההוראה ודיינות הלא המה הרה"ג רבי בנימין אליעזר כץ, הרה"ג ר' יעקב דוד כהן, הרה"ג ר' ישראל חיים האלפערט, הרה"ג ר' אפרים נייהויז, הרה"ג ר' אפרים פישל ראזנבוים, הרה"ג ר' חיים מאיר וואסערמאן, הרה"ג ר' גבריאל יוסף אדלער, הרה"ג ר' ישראל יצחק משי זהב, הרה"ג ר' חיים גרינפעלד און הרה"ג ר' ישראל כהן.

ביים מעמד האבן אויפגעטרעטן הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ, די ראש בית דין הגאון הגדול רבי משה שאול קליין, און די דיין הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן וועלכער האבן פה אחד ארויסגעהויבן די וואונדערליכע עררייכונג פון דער קהלה, און מעיד געווען אויף די נייע דיינים שראויים המה לאותו איצטלא, לתפארת בית וויזניץ.

די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און דאן געוואונטשן ברכותיו הטהורות פאר די נייע דיינים, שענקענדיג פאר זיי כח ועוז לעמוד לשרת בשם ה', להגדיל כח ההוראה ולהאדירה.








Kommentare


bottom of page