top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נחמו נחמו עמי • חסידי בעלזא פרייען זיך מיט ביי שמחת הברית בחצה"ק למחרת ט' באב

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 19 באוג׳ 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק אין א.מ.ש.


נחמו נחמו עמי, האבן בעלזא אריינגעטראטן אין א שמחה אינעם רבינס הויף נאך די ימי בין המצרים, ווען עס איז פאריגן מיטוואך (ואתחנן) למחרת תשעה באב פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון א איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, בן הנולד ביי נכדו הרב אברהם סאפרין שליט"א, איידעם ביי בנו יחידו הרה" רבי אהרן מרדכי שליט"א.


מוצאי תשעה באב נאך מעריב איז פארגעקומען די מעמד הקריאת שמע ליינען אינעם גרויסן שטוב דורך די טויזנטער ילדי תשב"ר, נאכן ליינען קריאת שמע האט דער בעלזער רב שליט"א פארטיילט פעקלעך פאר די אייניקלעך און איר אייניקלעך, שפעטער באנאכט איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש א לעקך און בראנפן מיטן אויספאסטן, און דערנאך איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אינעם גרויסן שטוב און אפגעראכטן א שולחן לחיים ברוב עם הדרת מלך ווי מען האט געזינגען פארשידענע ניגוני ציפייה גאולה.


צומארגנס מיטווךא האבן טויזנטער חסידים באלאגערט דעם היכל הגדול אין קרית בעלזא זיך מיטפרייענדיג בבגדי שבת מיט די שמחה בחצר הקודש. די זיידע האד' מבעלזא האט מכבד געווען מיט סנדקאות די זיידע הרה"צ רבי גדלי' משה סאפרין אדמו"ר מקאמרנא גבעת שאול, די רב זעלבסט האט געזאגט די ברכות און די פסוקים פון זה הכסא, די זיידע הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א האט געדינט אלס מוהל און איז מכובד געווארן מיט עמידה לברכות, ויקרא שמו בישראל 'מנחם נחום' נאך די זיידע הרה"ק בעל מאור עיניים מטשערנאביל זי"ע, און אלס נחמה שטייענדיג אינעם חודש מנחם אב.


נאכן ברית האט די גאנצע ציבור אויסגעבראכן מיט ניגוני שמחה און מען איז דורך אל מול פני הקודש וואונטשן מזל טוב פארן רב שליט"א, בנו הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א, און דער אבי הבן הרב אברהם סאפרין, נאכן שמחה האט דער רב שליט"א אפגעראכטן א לעקך און בראנפין אויפן בימה, און געוונטשן לחיים לכל הקהל הקודש מיט ברכות לרוב. דאן איז געווען צוגעשטעלט א סעודה ביד רחבה פאר די טויזנטער חסידים אין די זאלן בבנין בית מדרש הגדול, שפעטער איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור, זיך געוואשן צום סעודת הברית, טועם געווען פון די מאכלים, געוונטשן לחיים און געזאגט תורה, מען האט געזינגען פילע ניגוני שבח והודיה, און ניגוני ציפייה לגאולה, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די עלטער זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה של שמחה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page