אלפי תושבי קרית יואל ביי גייסטרייכע מעמד 'מיינע מוסדות' דינער השנתי לטובת מוסדות הקדושים בקרית יואל
- בחצרות הקודש

- 17 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 18 בדצמ׳ 2024
דינסטאג פ' וישב • ט"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

אלפי תושבי קרית יואל זענען דעם מוצאי שבת ארויסגעקומען מאסן-ווייז צו שטיצן און מחזק זיין די מוסדות אין די שטאט מיט אירע אריבער 12,000 תלמידים ותלמידות בליעה"ר, ביים מעמד נשגב "מיינע מוסדות", וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די גיגאנטישע זאלן פונעם "בית רחל אוידיטויריום" אין שטאט. דער קרית יואל'ער דינער לטובת המוסדות, איז יאר-יערליך א זמן קהלה וואס ברענגט צונויף טויזנטער תושבים פון אלע עקן שטאט, מיטן איינעם ציל, מחזק צו זיין די הייליגע מוסדות, וואו די אייגענע קינדער ווערן נתחנך און נתגדל לשם ולתפארת.
דער מעמד איז געוועהן גאר א געהויבענער און גייסטרייכער מיט הערליכע פרקי שירה וזמרה, דרשות און הדרכות בעניני חינוך, פריידיגע באריכטן איבער מאסיווער הרחבת גבולי הקדושה אין די מוסדות, ווערדפולע גורלות און מתנות און נאך פיל. דער הויכפּונקט פונעם מעמד איז אבער געוועהן, די דברות קודש פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס האט כמדי שנה בשנה ארומגערעט בשבח פון די מוסדות, באגלייט מיט א שלל פון ענינים, דברי חיזוק והדרכה וואס איז נוגע אלע תושבים בכלל, ובפרט די הורי התלמידים.
צום גולת הכותרת האט דער רבי ארומגערעט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די שטאט קרית יואל, סיי אין שטאט גופא און סיי אין קרית יואל המורחבת ווי עס בויען זיך און עס וועלן זיך בויען במשך די קומענדיגע יארן טויזענטער דירות, וואו דער רבי האט קלארגעשטעלט דארף זיך קיינער נישט זארגן אז ער וועט נישט האבן קיין דירות פאר די קינדער, און דער רבי האט מחזק געווען די תקנה וואס מען האט מתקן געווען די מאקסימום פרייז פון $300 א סקווער פיס, און מען טוט ווייטער פעולות אז דאס זאל ווערן א מציאות ביי אלע דירות בלי יוצא מן הכלל, און דאס קען נאר צושטאנד קומען אויב דער ציבור וועט מיטשטיין מיט דעם און נישט קויפן קיין דירות פאר טייערער וואס נאר אזוי וועט די תקנה בלייבן אויף שטענדיג.
אזוי אויך ביי די דירות אין קרית יואל המורחבת ווי די פרייזן פון די קרקעות זענען פיל ביליגער טאר מען נישט בעטן מער ווי $250 א סקווער פיס! און בקרוב ווען מען וועט אנעקסירן די שטחים צום ווילעדזש אין קרית יואל וועט מען נאר נעמען שטחים פון די וואס שטעלן זיך צו און פארקויפן נישט פאר טייערער, זאגנדיג אז עס איז נישט קיין יושר צו רייסן געלטער פונעם ציבור. דער רבי האט דערביי אפעלירט צו די אינוועסטירער דאס נעמען אין באטראכט און נישט קויפן יעצט קיין קרקעות פאר טייער וויבאלד דאס וועט נישט זיין ווערד אזויפיל אין עטליכע יאר ארום, און דער רבי האט אויסגעפירט אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל קענען מצליח זיין צו מוציא זיין מכח אל הפועל די אלע פלענער לטובת הציבור.
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען יעדעם איינעם צו זען אדורכצולערנען די קדושות לחנוכה פונעם הייליגן קדושת לוי אזוי ווי פארגאנגענע יאר, וואס דורך דעם קען מען שפירן א טעם אין די חנוכה ליכט, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.








































תגובות