top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות של שמחה ביי חסידי טאהש צום חתונה הגדולה בחצרות טאהש - תולדות אהרן - קרעטשניף אין ארץ ישראל

מיטוואך פ' נשא - י"א סיון תשפ"ג | קול בחצרות


מיט געפילן פון שמחה דקדושה און התרוממות הנפש גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה צום גרויסארטיגן רעבישע חתונה בחצרות הקודש תולדות אהרן - טאהש און קרעטשניף, ווען עס גייט אונטער די חופה א חתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, בן לבנו הרה"צ ר' יואל יחיאל קאהן אב"ד תולדות אהרן קרית יואל איידעם ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, בת לבנו הרה"צ ר' חיים מרדכי ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ביתר איידעם ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל.


די שמחה הגדולה, דער חתונה וועט בעז"ה פארקומען דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת שלח אין ארץ ישראל, בעיר התורה והחסידות בני ברק, בראשות די גרויסע זיידע'ס האדמורי"ם שליט"א אין שפיץ פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע קומט צו פארן מריחוק מקום לשוש ולשמוח צו באשיינען די שמחה הגדולה.


הונדערטער געסט חסידי טאהש בפרט פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדע זענען ערווארטעט זיך צו משתתף זיין ביי דער שמחת החתונה, און זיך מיטפרייען בשמחת בית צדיקים, זייענדיג די ערשטע חתונה אין די טאהש'ער הויף על אדמת ארץ הקודש.


די קייט פון די ימי השמחה וועט זיך אנהייבן דעם שבת קודש פרשת נשא ביים שבת עליה לתורה וואס וועט געפראוועט ווערן אין קרית מלך רב קרית טאהש קאנאדע, נאכגעפאלגט מיט די שמחת הפארשפיל מוצאי שבת קודש תיכף נאך הבדלה בתופים ובמחולות, און לעבעדיגע ריקודין, ווי די חסידים וואס קענען נישט מיטקומען קיין ארץ ישראל וועלן האבן די געלגנהייט זיך מיטצופרייען ביים שמחה בבית צדיקים.


זינטיג וועט זיך די רבי שליט"א ארויסלאזן אין וועג פון קרית טאהש קיין ארץ הקודש, ווי אינטערווענגס וועט זיך די רבי אפשטעלן אינעם עיר האבות טאהש אין אונגארין ווי מען וועט מתפלל זיין ביי די אבות הקדושים שוכני עפר און מעורר זיין זכותם בעידנא דחדוותא, דינסטיג באשמורת הבוקר וועט די רבי זיך ארויסלאזן פון טאהש קיין ארצינו הקדושה באשיינען די שמחה.


די שמחת החתונה וועט ווי דערמאנט געפראוועט ווערן מיטוואך אינעם גרויסן שטוב בבנין בית המדרש הגדול דחסידי מחנובקא בעלזא אין בני ברק, און די מעמד החופה ברחובה של עיר על פני רחוב האדמו"ר מגור.


די עסקנים פון דער וועד החתונה לייגן אריין גרויסע כוחות אויסצוארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, אריינגערעכנט די טראנספארטאציע מיטלען צו צונויפברענגען די באים מרחוק ומקרוב, אזוי אויך אויסצושטעלן די בית מדרש צו איר מאקסימאלסטע גרויסקייט, כדי צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצער ציבור, איש על מחנהו ואיש על דגלו, און יעדער זאל קענען מיטהאלטן די גאנצע חתונה כראוי וכיאות, אנגעהויבן פון דער מעמד קבלת פנים און חופה, נאכגעפאלט מיט דער סעודה הגדולה, וואס וועט זיין צוגעשטעלט איש על מחנהו ואיש על דגלו איו די שטיבלעך און זאלן בבנין ביהמ"ד הגדול מחנובקא בעלזא, די שמחת החתונה פאר די פרויען וואס וועט פארקומען אין זאל כליל מלכות.


באזונדערע צוגרייטונגען ווערן געמאכט דורך וועד החתונה דקהל אור החיים טאהש צו ענטפאנגען די הונדערטער חסידי טאהש איו ארץ ישראל, אין מסדר זיין אש"ל און אלעס וואס פעלט זיך אויס על צד היותר טוב.


צומארגנס פון די חתונה דאנערשטיג נאכמיטאג וועט פארקומען א עלעגאנטע שבע ברכות ספעציעל צוגעשטעלט דורך ק"ק טאהש, און תיכף דערנאך וועט זיך די זיידע די טאהש'ער רבי צוריק קערן למעון קדשו אין קרית טאהש קאנאדע.


דער שבת שבע ברכות וועט פארקומען במחיצתו פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א אין קרית קרעטשניף רחובות, מאנטיג דערויף וועט פארקומען אין די גרויסע אידוטוריום אין שטאט ביתר די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די קרעטשניפער קהילה אין שטאט אינאיינעם מיט די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם קרעטשניפער בית מדרש אין ביתר וואס שטייט אין שפיץ פונעם אבי הכלה הגה"צ רבי חיים מרדכי ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ביתר, עס וועט פארקומען אין שפוץ פונעם מנהיג העדה די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א.

bottom of page