top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מדושינסקיא אפגעראכאטן בליץ באזוך קיין אנטווערפען צום שמחת השבע ברכות במעונו פון האד' מפשעווארסק

עודכן: 13 במרץ

מיטוואך פ' כי תשא • י''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


די וואך דינסטאג האט זיך כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א ארויסגעלאזט פון לאנדאן הבירה קיין אנטווערפן בעלגיע זיך משתתף צו זיין ביים שבע ברכות לרגל השמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.


באלד ביים אנקומען אין שטאט איז דער רבי צוגעפארן אויף א באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואס האט מקבל געווען פני כבודו ביותרת ככבוד און ארויסגעברענגט די חשיבות צו אויפצונעמען אזא חשובע גאסט אלס פנים חדשות צום שבע ברכות, דערנאך איז פארמירט געווארן א שמועס בעניני מסכתא נדרים וואס ווערט געלערנט אין די דושינסקיא ישיבה און בעניני סיום מסכת, נאכן באזוך האבן זיך די אדמורי"ם פארשפארט ביחידות פאר א משך זמן, און די רבי שליט"א האט זיך מזכיר געווען בפתקא ופדיון להיזכר לטובה, דערנאך האט די רבי געדאווענט מעריב בהיכל קדשו פונעם פשעווארסקער רבי'ן, ווי די רבי האט זיך צוגעקוקט צו די עבודת קדשו כעבדא קמיה מריה.


שפעטער ביינאכט האט דער רבי באשיינט מלובש בבגדי שבת ביים שבע ברכות בחצר הקודש פשעווארסק. במשך די שמחה האט די רבי ארומגעשמועסט בנועם שיח מיטן זיידן די פשעווארסקער רבי'ן, און די רבי האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה בעניני נישואין זייענדיג מסיים די דרשה מיט א ברכת קודש פארן ראש בית אב די פשעווארסקער רבי ולכל הנלווים אליו, נאכן בענטשן איז די רבי מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.


Komentari


bottom of page