הכנה דרבה צו היסטארישער שבת מיט האד' מאמשינוב אין עיה"ק ירושלים
- steinbachmoishe2
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שבת בשבח י"ג שבט | בחצרות הקודש

גרויסע הכנות ווערן געמאכט די טעג אין ירושלים צום געהויבענעם שבת בצל הקודש פון כ״ק אדמו״ר מאמשינוב שליט״א, וועלכער וועט קומענדיגן שב״ק פרשת יתרו - קבלת תורה וויילן אין די שטאט בקרב עדת חסידיו תושבי העיר, נאך גאנצע אכט יאר וואס דער רבי האט נישט געפראוועט א שבת בקרתא דשופריא.
דער אמשינובער רבי שליט"א וועלכער פירט די עדה חסידים אויסער די געגענט אין שכונת בית וגן אין ירושלים עיה"ק, פון וואו דער רבי שיינט אריין אן אור בלבות בני ישראל אויף אלע מקומות.
דער רבי שליט"א פארט זעלטן ארויס מגבולות ביתו, ובפרט אויף שבתים וואס דער רבי שליט"א פראוועט אלס אין בית וגן. אצינד גרייט מען זיך צום היסטארישן שבת של שמחה וואס דער רבי שליט"א וועט וויילן אין ירושלים, אויף וואס די חסידים פון רבי'ן שליט"א קוקן ארויס שוין אזא לאנגע צייט.
דער רבי שליט"א קומט צו פארן לרגל די שבת שבע ברכות פון א אייניקל, דער חתן עלטסטער זון פונעם רבינס איידעם הרה"ג ר' מיכאל פריעדמאן שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' חיים פינטער שליט"א מביקאווסק, נכד כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל מילוואקי שליט"א. די חתונה וועט פארקומען קומענדיגע וואך דאנערשטאג אין די ארמונות פרידמאן זאל נעבן אשדוד וואו עס איז אינעם פארגאנגענהייט געפראוועט געווארן מערערע חתונות אינעם אמשינובער הויף.
די שמחה וועט נאכגעפאלגט ווערן מיטן שבת שבע ברכות וואס וועט כנהוג געפראוועט ווערן במקום מגורי הכלה אין עיר הקודש ירושלים, אין שפיץ פונעם ראש בית אב דער אמשינובער רבי וואס האט באוויליגט אריינצוקומען קיין ירושלים לכבוד די שבת של שמחה, און וועט דערביי מאציל זיין מהודו אויף די חסידים און תושבי העיר וואס קוקן ארויס מיט טיפע הרגשים מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת קבלת התורה וואס איז בשנים קדמוניות געווען פון די "שבתות נסיעה" אין אמשינובער הויף.
די עסקנים זוכן נאך א פאסיגן ארט פאר'ן שבת, א מקום רחבת ידים בשכינות פונעם רבינס אכסניא בבית חתנו הרה"צ ר' עקיבא קליין שליט"א אין די עזרת תורה געגענט, מיט גענוג פלאץ צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער וואס רישט זיך שוין געשפאנט מיטצוהאלטן דעם סידורו של שבת בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, וואס וועט זיך אנהייבן שבת נאכמיטאג מיט קריאת התורה נאכגעפאלגט מיטן עריכת שולחן הטהור, וואס וועט זיך פארציען לענגערע שעות נאכאנאנד אויפו אמשינובער שטייגער.






תגובות