top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי וויזשניץ אונטערן רושם פון געהויבענעם מעמד "סיום מסכת ברכות" אין ראם פון חבורת תורת מרדכי

  • Bechatzros admin
  • 10 ביולי
  • זמן קריאה 4 דקות

דאנערשטאג פ' בלק • י''ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

טויזנטער וויזניצער חסידים זענען אונטער'ן אומפארגעסליכן רישומא קדישא נאכ'ן מיטלעבן אן עקסטאזליכע חגיגה אדירה ונהדרה, "סיום מסכת ברכות והתחלת סדר מועד" אין די ראמען פון מסגרת "מאמר מרדכי", וואס שליסט איין די טויזנטער חסידים פון אלע קהילות קדושות בראשות כ"ק האחים האדמורי"ם לבית וויזניץ, און איז געפייערט געווארן מיט איבערגיסנדע שמחת הלבבות דורך די טויזנטער חסידים פון אלע הויפן זקנים עם נערים אין די פראכטפולע זאלן "עטרת ווערטהיימער" אין די המספיק-רעזארט אין די קעטסקיל-בערג וואס האט געדינט אלס פרעכטיגע אכסניא של תורה.


טעטיגע עסקנים פון אלע הויפן זענען וואכן לאנג געוועהן אקטיוו אויסצוארבעטן אלע טעכנישע און לאגיסטישע דעטאלן פונעם מעמד, מיט א ברידערליכע צוזאמענארבעט, די עסקנים האבן אויפגענומען און פלאצירט די טויזנטער חסידים פון אלע חצרות הקודש, איש על מחנהו ואיש על דגלו.


גאר שנעל איז דער גאנצער זאל געווארן איבערגעפולט מן הקצה אל הקצה פון די בני החבורה, 'כולם נקבצו באו לך'. די זאל איז הערליך שיין צוגעגרייט געווארן מיט'ן חסידיש'ן טעם און חן כראוי וכיאות פאר א וויזניצער מאורע, אן די היינטיגע מאדעס און אויפרייסערישקייט.


א לאנגער אויבנאן איז געווארן באשיינט מיט חשובע רבנים מורי צדק ומרביצי תורה בקהילות קדושות וויזניץ, וועלכע זענען מיטגלידער אין "מאמר מרדכי", צווישן זיי האדמורי"ם והרבנים מנצח מנחם ספינקא, ווענגרוב, קאלושין מאנסי, מאדא, דזיקוב, טערניווא, גראסווארדיין, פאלטישאן וויליאמסבורג, סאווראן, אוהעל וויליאמסבורג, דומ"ץ לב אהרן סאטמאר בארא פארק, און אלע דייני הקהילות דחסידי וויזניץ פון איבער גרעיטער ניו יארק, ועל צבאם די שבעת קני המנורה כ"ק האדמורי"ם שליט"א פון מאנסי, קייאמישע, וויליאמסבורג, ירושלים, לאנדאן, מאנטריאל, און בארא פארק. די אורח הכבוד כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, און די חתני דבי נשיאה פונעם רבי'ן זצ"ל אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי, האדמו"ר משאץ, און אב"ד זלאטיפאלי. פארנט פונעם אויבן אן איז געווען ספעציעל דעזיגנירטע ערטער פאר די זקני ופני העדה און די צאצאים פונעם רבי'ן דער תורת מרדכי זצ"ל.


במשך די סעודת מצוה, איז געהערט געווארן הערליכע פרקי שירה וזמרה לכבוד שמחת חתן פון עטליכע חתנים אין די קהילות לויט די קפידה פונעם רבי'ן די תורת מרדכי זצ"ל נישט צו פראווען קיין מעמדים מיט מוזיק בלויז לכבוד שמחת חתן וכלה.

אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' ישכר דוב ראזנפעלד מנהל תלמוד תורה וויזניץ אין מאנסי וועלכע האט טרעפליך איינגעלייטעט די מעמד, און מיט די פתיחת המעמד האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה יונגרייז ר"מ אין ישיבת וויזניץ בארא פארק בן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א.


ביים אנהייב פונעם מעמד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה לכבוד המאורע ולכבוד העם הנאספים.


דאן האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פון די נאכט, די סיום מסכת ברכות, ווען מען האט אויפגערופן דעם איש חי ורב פעלים לתורה, הרה"ח ר' אברהם חיים שאמועל הי"ו פטרון המעמד און מגיד שיעור מאמר מרדכי אין ביהמ"ד וויזניץ אין וויליאמסבורג מסיים צו זיין די מסכתא, און הרה"ח ר' פנחס ניימאן זקן חסידי וויזניץ האט געזאגט די קדיש, מיט התחלת מסכתא שבת איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א חתנו הגדול פונעם רבי'ן זצ"ל, און תיכף דערנאך האט אויסגעבראכן דער קול תרועת המנגנים און מיט א פייערדיגן ברען פון שמחת התורה האט די גאנצע ציבור זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין לכבודה של תורה.


דערנאך האט הנגיד החסיד רבי אברהם חיים שאמועל הי"ו אויפגעטרעטן מיט א דרשה און ארויסגעברענגט די שטארקע תורה'דיגע אטמאספארע בקרב חסידי וויזניץ אומעטום זייענדיג דערמיט ממשיך משאת נפשו און צוואת קדשו פונעם רבי'ן צו קובע זיין עתים לתורה, ספעציעל האט ער ארויסגעברעגנט די געוואלדיגע ציפערן, ווען עס האבן זיך שוין אנגעשלאסן אין די חבורה קדושה ארום פיר טויזנט נבחנים אין די בחינות, וואס איז א נוממער וואס מ'זעהט נישט אין אנדערע חבורות אלוועלטליך, אויך האט ער מודיע געווען איבער א פופצן פראצענטיגע העכערונג אין די בחינות געלט, להגדיל תורה ולהאדירה.


דערנאך האט מען געהאט דעם כבוד צו הערן די דרשה נפלאה, מנופת צוף וכל טעם, וואס עס האט משמיע געווען דער אורח הכבוד און נואם בחסד עליון, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועלכער האט עלעקטעריזירט דעם ציבור מיט זיינע פלאמעדיגע דיבורים בכבוד התורה ולומדיה, און איבער די גרויסקייט און חשיבות פון לערנען אין א פאראייניגטע חבורה, בתוך דבריו האט ער מעלה געוועהן זכרו הטהור פון הרה"ק בעל תורת מרדכי זצ"ל וואס די הייליגע חבורה איז נתייסד געווארן  לזכרו און על פי צוואתו, און מחזק געווען זיך מדבק צו זיין בדרכיו הטהורות. בסיום דבריו האט דער רב שליט''א ארויסגעברענגט די הערליכע דור וואס דער וויזניצער רבי ז"ל האט איבערגעלאזט, כולם כאחד, וואס באלייכטן די וועלט, און אויסגעפירט "אשריכם מה טוב חלקיכם, ווי גליקליך זענט עטס וויזניצער חסידים אז עטס האט אזעלכע מנהיגים, און אז מען דארף דאס מחשיב זיין". דער רבי האט מסיים געוועהן מיט ווארימע ברכות פאר אלע ברודער האדמור"ים שליט"א למען יאריכו ימים על ממלכתם.


הכל הולך אחר החתום, מיט א חרדת קודש האט זיך דער ציבור צוגעהערט צו די דברות קודש מפום ממלל רברבן פונעם גדול האחים כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. בפתח דבריו האט דער רבי באטאנט אז ער רעדט בשם ובשליחות פון אלע רבי'ס, און דערביי משמיע געווען הייליגע אמרי התחזקות והדרכות נכונות איבער די וויכטיגקייט צו זיין אנגעשלאסן אין די דאזיגע חבורה, כאטש וואס פילע פון די אינגעלייט און בעלי בתים האבן אנדערע שיעורים אויסער די סדר פון מאמר מרדכי. דער רבי האט זיך ווארעם באדאנקט פאר פטרון המעמד הנגיד רבי אברהם חיים שאמועל און פאר אלע נגידים און עסקנים וואס געבן זיך אוועק למען החבורה, ובמיוחד האט דער רבי משבח געוועהן דער דער בריח התיכון פון די חבורה וואס שטייט אין שפיץ דערפון יום ולילה לא ישבות, דער פלאמעניק הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, און ארויסגעברענגט דער "כח היחיד" וואס מען קען זיך אפלערנען פון אזא יונגערמאן.


מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, און דערנאך די שבע ברכות לכבוד די חתנים: ברכות ראשונות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, צום שלוס איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן לחיים ביי מרנן האדמורי"ם שליט"א.


אשריכם תלמידי חכמים שדברי תורה חביבים עליכם ביותר

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page