קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- Bechatzros admin
- 28 בפבר׳
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 4 במרץ

דאנערשטאג פ' תרומה • ל' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
הנגיד ר' שאול נח פרידעמאן עמוד התוך פון מוסדות קאשוי ביים איבערגעגעבן א ליידיגע טשעק אונטערגעשריבן פאר האד' מקאשוי, פראקלאמירנדיג אז די צאל נדבות וואס קומען אריין לטובות המוסדות דורכאויס דעם גאנצן מעמד, זאל דער רבי אליינס אריינשרייבן אינעם טשעק, און ער וועט צושטעלן פולקאמע דעקונג דערויף צו פארדאפלען די גרויסע נדבות.

פייערדיגע דברי התעוררות פון הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א ביי הבדלה נאך א שבת התוועדות מיט א גראפע בחורים אין ענגלאנד.
האדמור"ים מפינסק קארלין און פארשעי אין א באגעגעניש ביים מנחם אבל זיין הנגיד ר' יודל טירנויער הי"ו

האד' מצאנז קלויזנבורג ביים חתונה פאריגע וואך פונעם הויז בחור החתן שלמה זלמן שטערן ווי דער רבי דרוקט ארויס זיין הכרת הטוב פארן חתן.

האד' מפינסק קארלין אין א באגעגעניש מיט הרה"ח ר' בנימין ווערצבערגער הי"ו משב"ק הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע צו וועם דער רבי פלעג אפט פארן קיין מאנסי להסתופף בצל הקודש.

הנהלת כולל שומרי החומות בקודש פנימה ביי האד' מסקווירא אין בעפארברייטונג צום דינער השנתי אין מאנסי, ווי דער רבי האט געשנאדערא א סכום הגון פארן מנהל הכולל הרב שלמה מאיער.

האד' מראחמיסטרווקא ספרינג וואלי איז עוסק בתורה אין קאפיטשניצער ביהמ"ד בעת דעם רבינס באזוך אין ירושלים.

האד' מקאסוב ביים יארצייט סעודה פון זקינו כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל בעל מחשבת הלוי, אויפן רבינס שויס זיצט בנו היניק חיים מאיר וואס טראגט דעם נאמען פונעם זיידן דער בעל ההילולא.

ובתורתו יהגה יומם ולילה: האדמו"ר מוויזניץ מאנסי איז עוסק בתורה אויף א פשוטן באנק אין וויזניצער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג צווישן די קבלת פנים און חופה ביים חתונה פאריגע וואך בחצר הקודש וויזניץ וויליאמסבורג

דריי שטענדערס צוגעגרייט אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים וואו האדמור"ים מראחמיסטריווקא פון ספרינג וואלי און אוקענוויין האבן מיטגעהאלטן דעם שבת בצלו פון האד' מראחמיסטריווקא

אד' מקאשוי באדאנקט העסקן ר' יוחי פליישמאן הי''ו פון די בארימטע YF פראדאקשענס נאכן אהערשטעלן דעם גאר סוקסעספולער מעמד אהבת התלמידים אינעם גיגאנטישן "דאגגעל גרינהאוז פלאזא''

האדמור מרחמסטרוויקא אוקענוויין אויף א תפילה ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון

שניי די וואך אין אתרא קדישא מירון.
הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביי א חתונה פון א תלמיד, מיר מיינען יא כבוד.. מיר מיינען יא געלט..
האד' מקאמארנא אין א ליבליכע שמועס מיט אן אייניקל ביי א משפחה שמחה די וואך.

סקווירא חסידים פון ארץ ישראל אויפן וועג צום גרויסן הכנסת ספר תורה מיט די ריכטיגע גדרים נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות.

ביים חתונה די וואך פון א אייניקל ביי גאב"ד מאקאווא מערקט 'קרישקעס' האד' ממחנובקא בעלזא אין א שמועס מיט הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח מבעלזא.

האדמו"ר מפינסק קארלין האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אין די באקאנטע 'שיינער'ס שוהל' אין מאנסי

הרבני הנגיד ר' רובי שראן מגדולי תומכי תורה ביי מעריב די וואך במעונו פונעם פוסק הדור מרן הגר"מ שטערנבוך שליט"א

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר איז עוסק בתורה אויפן פליגער אהיים נאכן ביקור המרומם אין אמעריקא

הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי בנו הצעיר פון האד' מסקווירא באטראכט די אייגנארטיגע חופה באס מיט וואס האד' מסקווירא האט קורסירט די גאסן פון שטעטל ביים הכנסת ספר תורה.
הרה"ח ר' משה פרידמאן הי"ו משב"ק אדמו"רי בית סאטמר אין א שמועס מיטן גבאי פון רבי ישעיל'ס הויז הרב החסיד ר' הערשל ראטער שליט"א מחשובי חסידי סאטמאר.

הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון ר' דב לאנדא שליט"א זיך דורכצורעדן בענינים העומדים על הפרק.

האד' מפינסק קארלין אין א חברותא'שאפט מיט הנגיד ר' משה טאבאק בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין לעיקוואד לטובת מוסדותיו.
המקובל הגאון רבי יעקב עדס בקודש פנימה ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א אין ירושלים.

אסיפת עסקנים בביתו נאווה קודש פון האד' מפשעווארסק אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגן חתונה די וואך.

הגה"צ אב"ד סיגוט וויליאמסבורג שליט"א געזעגענט זיך פון מר אביו האד' מסאטמאר איידערן ארויספארן קיין ארץ ישראל בשליחות הקודש.

א מנין וויזניצער חסידים ביים ציון הק' אין טאהש ווי מען האט אייגעריסן לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז ווי באקאנט אדוק ומקושר צום הייליגן טאהשער צדיק און פלעג אפט פארן קיין טאהש אויף שבתים וכד'.

האד' מסאטמאר איז מנחם אבל ביי משפ' גאלדבערגער אין וויליאמסבורג די וואך.
האד' מסאדיגורא לאנדאן ביים שטריימל לייגן פון החתן א זוהן פנעם משב"ק הרה"ח ר' יוסף שלמה ראטה הי"ו.

תגובות