והעיר קרית יואל צהלה ושמחה: אלפי חסידים ביים שמחת החתונה פון נכדת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: לפני יום 1
מיטוואך פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין
מיט א רגש של שמחה האבן טויזנטער סאטמארער חסידים מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן פון שמחה, ביי די שמחת נישואין פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א מאלעסק ורב ביהמ"ד אבני צדק אין קרית יואל, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יהושע שלום נתן רובין שליט"א אבד"ק גלאגוב, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל פון בארא פארק. נאכמיטאג איז די זיידע די סאטמארער רבי שליט''א ערשינען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך. ביים קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און דער בדחן הר"ר שמואל קרויס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע ייחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
נאכן טרינקן לחיים האט די רבי שליט''א משמיע געווען ווארימע דברות קודש לעורר זכות אבות און דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
ביים מעמד החופה האט דער ראש בית אב דער רבי שליט"א מסדר געוועהן חופה וקידושין, קריאת הכתובה: די פעטער הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ. ברכות ראשונות: הגה"צ אבד"ק טאמשוב שליט"א א פעטער מצד החתן און ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק שליט"א. עדי קידושין זענען געוועהן הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים קרית יואל און הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל סאטמאר בארא פארק. נאכן חופה האט דער רבי שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס. ביים חופה האט זיך משתתף געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
א קורצע צייט נאכן חופה איז דער רבי ערשינען צום סעודת החתונה אינעם ביהמ''ד הגדול, וואו דער ציבור לאלפים האט מקבל געוועהן פני קדשו בשירה וזמרה. די רבי איז געטאנצן עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, דאן איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצען מיטן חתן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב פארן רבי'ן.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי זלמן אשכנזי שליט"א - אבד"ק אוסטילא, ברכות ראשונות: די פעטער הגה"צ אבד''ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א. ברכה אחריתא: די פעטער הגה"צ רדאב"ד קרית באבוב בת ים שליט''א.
דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' יחזקאל שרגא פילאפף הי"ו אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש מיטן גארטל מיט וואס הרה''ק מסאטמאר זי"ע איז געטאנצן מצוה טאנץ ביים חתונה פון כ''ק האדמו"ר מסאכטשוב זצ"ל זיידע פונעם חתן, דערנאך איז דער רבי געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מיט חתנו הגה"צ אבד"ק אבני צדק שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי הרה"ק בעל ברך משה זי"ע.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די מחותנים דער אבי החתן הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א און דער אבי הכלה הגה"צ אבד''ק אבני צדק שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די מחותנים באזונדער.
צום לעצט האט דער בדחן אויסגערופן די חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, און נאכן שמחה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה.


















































































Comments