top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שלוחא דרבנן הרב חיים אהרן קאופמאן יו"ר ועד הישיבות האלט אפ זיצונגען מיט ראשי ישיבת לעיקוואד אין שאטן פון גזירת הגיוס

עודכן: לפני 3 דקות

מיטוואך פ' אחרי קדושים • ט' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

נעכטן מיטוואך האט שלוחא דרבנן העסקן הרב חיים אהרן קאופמאן יושב ראש וועד הישיבות בארה"ק באזוכט ביי די גדולי התורה אין אמעריקא הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער און הגאון הגדול רבי ירוחום אולשין ראשי ישיבת ביהמ''ד גבוה דלעיקוואד , זיך דורכצורעדן בעניני השעה אין שאטן פונעם גזירות גיוס בני הישיבות . ער האט איבערגעגעבן א פונקטליכע רעפארט איבער די ציפפערן פון די טויזנטער בחורים וואס האבן ערהאלטן "גיוס באפעלן", און צווישן זיי די הונדערטער בחורים וואס האבן ערהאלטן "ארעסט באפעלן". די ראשי הישיבה האבן געפרעגט איבער אלע איינצלהייטן און זיך אינטערסירט איבער די דעת תורה פון די גדולי ישראל וראשי הישיבות אין ארה"ק. זיי האבן פה אחד אויסגעדרוקט זייערע שארפע שטעלונג איבער די פארשווערטע גזירות על הדת דורך די ציונים וואס זוכן צו מגייס זיין די בני הישיבות בכפי'.


bottom of page