top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אומפארגעסליכע ימי פורים המשולש אפגעראכן אין ירושלים בראשות הגה"צ אבד"ק סאטמאר י-ם שליט"א

  • Bechatzros admin
  • 18 במרץ
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 18 במרץ

דינסטאג פ' ויקהל • י"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


לעכטיגע דערהויבענע טעג מלא התרוממות איז אריבער אויף סאטמארער חסידים תושבי קרתא דשופריא ירושלים עיה"ק, בראשות הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, וועלכע איז געקומען וויילן אין ירושלים אויף די ימי פורים המשולש העעל"ט, נאך א צייט אפשניט פון גאנצע אכט יאר זינט דער רב שליט"א איז שוין נישט געווען אויף 'פורים אין ירושלים'.


דאנערשטאג אויפדערנאכט ליל פורים דפרזים איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מעריב וקריאת המגילה בהיכל ביהמ"ד אהל רחל וועלכע איז געווען איבערגעפילט מפה אל פה פון חסידים וועלכע זענען געקומען צו פארן מכל ערי ארה"ק צו הערן קריאת המגילה פונעם רב שליט"א.


נאך קריאת המגילה אין ירושלים עיה"ק איז דער רב שליט"א אנגעקומען אין שטאט בית שמש, ווי מען האט ספעציעל ארויסגעדינגען דעם גרויסן בית המדרש תולדות אברהם יצחק, ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד 'משתה ושמחה' בתופים ובמחלות, ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה ויראה.


שבת קודש פורים דמוקפין איז דער רב שליט"א געדאווענט מנחה וקבלת שבת אין בית המדרש הגדול ויואל משה. ליל שב"ק איז פארגעקומען 'התאספות רבתי' לכבוד שבת ולכבוד פורים דמוקפין אין ביהמ"ד ויואל משה בהשתתפות א ריזן ציבור חסידים, ווי מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און עס איז געהערט געווארן דברי תורה ויראה פונעם רב שליט"א, און דער פורים רב הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד פורים.


שבת אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפלת שחרית אין בית המדרש אהל רחל, נאך שחרית איז פארגעקומען דער מעמד 'הכנסת ספר תורה' וועלכע איז געשריבן געווארן ע"י הנדיב הרוצה בעילום שם הי"ו, לזכותו פונעם רב שליט"א, דער גאנצער ציבור ארויס צום שטוב פון ר' אהרן עקשטיין שליט"א גבאי ביהמ"ד אהל רחל, וואו דער ציבור האט באגלייט די תורה ביזן ביהמ"ד בשירה ובזמרה, ווען די ס"ת איז אנגעקומען נעבן ביהמ"ד איז דער רב ארויס מקבל זיין די תורה, און דאס איבערגענומען אין ביהמ"ד און אריינגעפירט אינעם היכל ביהמ"ד וינועו אמות הסיפים פאר א לענגערע צייט מיט די זעקסטע הקפה ניגון.


סעודת רעוא דרעוין איז פארגעקומען אינעם היכל הגדול קרית ויואל משה, נאך די דברי תורה פונעם רב שליט"א, האט ער מכבד געווען מיט דברי בדחנות דער פורים רב הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס שליט"א, און נאך תפלת מעריב האט דער רב מבדיל געווען על הכוס. תיכף דערויף איז פארגעקומען דער דערהויבענער דער מעמד 'אורה ושמחה' בתופים ובמחולות לרגל די הכנסת ספר תורה ולרגל פורים המשולש דמוקפין.


זונטאג יום פורים המשולש דמוקפין אנגעהויבן פון די פריע מיטאג שעהן איז געוועהן זמני כניסה בחדרו הפרטי פונעם רב שליט"א אויף קבלת קהל לברך ולהתברך און משלוח מנות.


ארום 8:30 אויפדערנאכט איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום גרויסארטיגן "סעודת משתה היין" אינעם היכל הגדול אין קרית ויואל משה במעמד קהל ועדה, הונדערטער סאטמארער חסידים מכל רחבי ארה"ק לשמוח בשמחת היום, וועלכע האבן זיך געווייקט שעות ארוכות להתקרב אל ה', לחזות בנועם ה', צו הערן דברים כדרבונות, ווי דער רב שליט"א האט עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה ויראה דברי הדרכה מיט פנינים יקרים בבחינת נכנס יין יצא סודות התורה. בתוך דבריו האט דער רב שליט"א מתריע געווען בקול גדול וחזק אנטקעגן די ביטערע גזירת הגיוס וואס די רשעי הציונים טוהן חלילה גוזר זיין אויף אחינו בני ישראל.


לאנגע שעות האט מען זיך געהויבן אין די לופטן, אין א זעלטענע דביקות והתעלות. א זעלטענע התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור ווען דער רב שליט"א האט פארגעזינגען אויפן מייק עטליכע אויסגעווייקטע סקולענער ניגונים מיט גרויס דביקות און השתפכות הנפש, ווען דער ציבור האט נאכגעזינגען מיט גרויס התעוררות, אזוי האט מען א לענגערע צייט האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה ודביקות בעת נעילת שער.


מיט דברי חרוזין האט אויפגעטראטן האט איינע פון די אינגעלייט ארויסגעברענגט דער קשר פונעם ציבור צום רב שליט"א, וכמים פנים אל פנים ווי דער רב גיבט זיך אוועק פאר די קהלה מיט א געטריישאפט, און דערביי געבעטן בשם כל הקהל הקודש הדין אז דער רב שליט"א זאל קומען קיין ארה"ק אויף אפטערע באזוכן אריינצובלאזן חיות דקדושה אינעם היימישן עולם, ובפרט ווען מען נויטיגט זיך אין אסאך חיזוק במערכות הדת. און באזונדער ארויסגעברעגט די בקשה בשם כל הקהל הקודש הדין אז דער רב שליט"א זאל מופיע זיין בשערי ירושלים עיה"ק אויף דעם קומענדיגן יו"ט שבועות הבעל"ט.


עס איז שוין געוועהן נאך חצות הלילה ארום 'איינס אזייגער אויפדערנאכט' ווען דער ציבור האט זיך צושפרייט אנגעפילט מיט הויפנט חיזוק און חיות דקדושה וואס מ'האט קונה געווען אין די געהויבענע טעג.


Comentarios


bottom of page