הונדערטער חסידים ואנשי מעשה ביי סעודת הילולא פון הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע בצל נכדו האד' ממונקאטש
- Bechatzros admin
- 1 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 4 ביוני
מוצאי שב"ק פ' במדבר • ג' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי מונקאטש האבן דעם מיטוואך (במדבר) ב' סיוון אפעגעצייכנט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'מנחת אלעזר' ממונקאטש זי"ע וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט בצילא דמהימנותא פון נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.
אין די שפעטע נאכמיטאג שעות האט א ריזיגער ציבור זיך פארזאמעלט אין ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק, צו די צענטראלע סעודת הילולא. צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן מלובש מיטן קאלפיק כנהוג, נאך ווען דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת הילולא האט דער ציבור געזינגען פארשידענע ניגוני התעוררות, בשעת דער רבי שיקט ארויף די שיריים פון די מאכלים.
דערנאך איז ערשינען דעם רבינס ברודער כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וועמען דער רבי האט אויפגענומען בחביבות יתירה, און מכבד געווען זיך צו וואשן צום סעודה. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען בנו הגדול הגה"צ רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש ראש ישיבת מונקאטש מיטן ניגון מכתם לדוד אויף וועלכן מ'האט געזינגען דעם באקאנטן שבת שקלים כל מקדש, וואס מ'פלעגט זינגען במחיצתו של בעל ההילולא זי"ע, און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ ר' ירוחם פישל שליט"א מיטן ניגון רננו צדיקים.
דאן האט די רבי געמאכט דעם "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי מונקאטש לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל הילולא, און דערביי משמיע געוועהן לענגערע דברות קודש פאר איבער א שעה, ווי די רבי האט מאריך געווען במשנתו הטהורה, אין מיט שטארקע ווערטער ארומגערעדט איבער די הייליגע דרכים פונעם בעל הילולא, בכמה וכמה ענינים.
נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אחיו כ"ק אדמו"ר מדינוב אויפצוטרעטן מיט דברי תורה לכבוד היום.
דורכאויס די טיש האט די רב שליט"א אויפגענימען און ווארעם באגריסט די פילצאליגע רבנים גאונים וצדיקים, אדמורי"ם וראשי ישיבות, וועלכע האבן באשיינט די סעודה לרגל ההילולא קדישא, צווישן זיי הרבנים מרודניק, באיאם, קאלסבורג, ברעזשאן, היבנוב, האליין, סטריזוב, מראה יחזקאל, יאקע, מאד, אוהעל לעיקוואד, מאקאווא ב.פ., אוהעל ב.פ., הגאון ר' לייבל וויליגער ר'אש ישיבת תורה ודעת, און נאך.
דער רבי שליט"א האט מכבד געווען אחיו כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א מיט ברכת המזון על הכוס, און נאכן בענטשן אחז דער ציבור דורך באקומען כוס של ברכה, וואס האט געדויערט איבער אנדערטהאלבן שעה.




















תגובות