top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 7 דקות
ree

דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש

האדמו"ר מפינסק קארלין ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מפאפא נאכן מיטדאווענען תפילת מנחה אינעם רבינס מנין היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג.

ree

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין א באגעגעניש מיט גאב"ד מאקאווא בעת זיין אין באזוך אין קרית אתא פאריגע וואך.

ree

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א ריקוד מיטן פלאמעניק הרה"ג ר' הערשל ווייס שליט"א מרבני ק"ק צאנז קלויזענבורג ביי די חתונה די וואך פון בנו החתן.


לעורר זכות אבות: אן אינטערסאנטע ערשיינונג ביים חתונה די וואך בשמחת בית סאטמאר, וואו דער רבי שליט"א האט מכבד געווען זיין איידעם הגה"צ רבי העניך אשכנזי אבד"ק אבני צדק צו פארזינגען דעם באקאנטן זמר "סאל א קאקאש" פונעם הייליגן קאלובער וואס איז געווען א זיידע ביי די שמחה.

ree

האדמו"ר מאונגוואר באזוכט ביי מחותנו האדמו"ר מביאלא זייענדיג צוגאסט אין עיר הקודש ירושלים.

ree

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם: האדמו"ר מקאסוב אין א פריינטליכע שמועס מיטן פעטער הגה"צ גאב"ד סערט וויזניץ לעיקוואד שליט"א ביי א משפחה שמחה די וואך.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין טרעט אויף ביים מסיבת קבלת פנים לכבודו פון גיסו הגה"צ אבד"ק קאלוב שליט"א פון ביתר אין שטוב פון הנגיד ר' יצחק דייטש הי"ו אין שטאט לעיקוואד.

ree

די העפטיגע ארבעט איבערצודעקן און באשיינען דעם נייעם פראכטפולן בית המדרש הגדול באבוב 45 אין בארא פארק מיט די שיינע ווייסע ציגל פונדרויסן.

ree

געניאלע איינפאל פאר דעקאראציע ביי א סיום מסכת סוכה בקרב ק"ק סאטמאר בני ברק.

ree

האדמו"ר מישועת יעקב סקולען טאנצט מיט די טייערע תלמידים פונעם מוסד חסד לאברהם אין מירון ביים מעמד ההדלקה וואס די רבי האט אפגעראכטן פאריגן ליל שישי בתוככי המוסד.


א הערליכע איבערלעבעניש איז געווען די וואך אין ביהמ"ד הגדול פני מנחם אין ירושלים, ביים שיעור פונעם באקאנטן פילאנטראפ הרבני התורני ר' צבי רייזמאן הי"ו פון לאס אנדזשעלעס וואס האט איבערגעגעבן א טיפזיניגע פלפול, בנוכחתו פונעם ראש הישיבה וועלכע האט זיך אנגערופן מערערע מאל און מוסיף געווען חידושים נפלאים.

ree

הרה"צ ר' דוד דוב האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי באגריסט ש"ב הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א בנו יחידו פון האדמו"ר מוויזניץ ביי די בר מצווה די וואך לבן העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו אין בארא פארק.

ree

בשליחות הקודש: בני האדמו"ר מקארלין סטאלין באטייליגן זיך ביים סיום מס' בכורות אין ראם פון מפעל "לבנו בתורתו" שע"י קהילת פני מנחם בנשיאותו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א.

ree

נייע מלכות'דיגער צודעק פארן מקום הקבוע פון האדמו"ר מדושינסקיא אין ביהמ"ד הגדול, נתנדב געווארן דורך איינע פון די נגידי החסידות לכבוד דעם רבינס יום הבהיר פאריגע וואך.

ree

האדמו"ר מסאטמאר באזוכט אין שטוב פון הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו אין וויליאמסבורג לכבוד זיין גרויסע נתינה לטובת די גמר המקח פאר א שטח אדיר צו בויען דעם נייע ביהמ"ד אין שכונת זרע קודש אין קרית יואל המורחבת.

ree

בקשה פאר חסידי פינסק קארלין זקנים עם נערים צו זאגן עטליכע מזמורי תהילים יעדן טאג בעת די נסיעה פון האדמו"ר מפינסק קארלין קיין ניו יארק לטובת די מוסדות.

ree

הגאון רבי דוד כהן שליט''א ראש ישיבת חברון אויף א דרינגענדע זיצונג ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, זיך דורכצורעדן כדת מה לעשות אין ליכט פון א רייע פרישע אררעסטן אויף ישיבה בחורים פון פארשידענע ליטווישע ישיבות, דאראונטער א בחור מתלמידי ישיבת חברון.

ree

גאב"ד מאקאווא איז עולה לתורה אינעם ותיקין מנין ביים ציון הק' פון התנא האלוקי רשב"י אין מירון אין טאג פונעם יום הבהיר וואס איז אויסגעפאלן די וואך מאנטאג העעל"ט ט' טבת.

ree

הונדערטער חסידים ואנשי מעשה שטייען צונויפגעפרעסט אין די קליינע דירה פון האדמו"ר מלעלוב אין בארא פארק, מיטצוהאלטן די געהויבענער מעמד הדלקת נרות חנוכה פונעם רבי'ן.

ree

ילדי תלמוד תורה סקווירא אין וויליאמסבורג זענען מקבל פנים הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי בנו הצעיר פון האדמו"ר מסקווירא אנקומענדיג אויף א באזוך אין חדר.

ree

די מתנות קודש צו וואס עס זענען זוכה די בחורים פון די ישיבות קטנות דחסידי סקווירא וואס האלטן מיט די כסדר'דיגע בחינות אויף די לימודים אין די ראמען פונעם מפעל עוסקים בתורה, און זענען זוכה צו באקומען הושענות און שמן זית פון די נרות חנוכה, מיט וואס האדמו"ר מסקווירא האט זיך באנוצט.

ree

האדמו"ר מוויען באטראכט א הערליכע מאלעריי פון די צדיקי בית גור לדורותיהם, ביי א באזוך פאריגע וואך ביי הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבה קטנה פני מנחם.

ree

ר' מאטי האכמאן הי"ו פון די כלל מידיע שטאב מערקט "קרישקעס" אויף די בארא פארקער גאסן ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מפינסק קארלין.

ree

פדיון הבן פון א אייניקל ביי האדמור"ים מגארליץ און סטראפקוב וואו 9 כהנים האבן פודה געווען דעם רך הנפדה כנהוג אין טייל חצרות הקודש.

ree

פרייליכע שמחת החאלאקע במעונו פון האד' מתולדות אברהם יצחק, פאר היניק אלתר יצחק אייזיק ני"ו, זוהן פון הרה"ג רבי אפרים פישל ישראל וויינבערגער שליט"א מטורקא משפיע אין ק"ק באבוב-45 אין ירושלים, דאס קינד איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן נאך 34 יאר, דער רבי האט מיט גרויס התרגשות אפגעשוירן דאס קינד און געוואונטשן ברכות לרוב.

ree

קלארע הוראות פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצוק"ל איבער סדר פון "מאכן קאווע" אום שבת פריש נתפרסם לידיעת הציבור

ree

גאב"ד מאקאווא איז מתפלל ביים ציון פונעם אור החיים הק' אויפן הר הזיתים מיט א קבוצה חסידים.

ree

האדמו"ר מלעלוב אויף א באזוך די וואך אין די "שם טוב" שטריימל פירמע אין ארץ ישראל.

ree

פייערדיגע ארויסטריט פון האדמו''ר ממעזיבוז ביי זיין וועכעטליכע שיעור די וואך וואו די רבי האט זיך באצויגן צו די ברענעדיגע נושא פון גיוס בני הישיבות.


האדמו"ר מבאיאן געזעגענט זיך פון הרה"ח ר' מענדל פאקשער ז"ל מזקני וחשבי חסידי באיאן ביי די לוויה פאריגן ערב שבת פארנט פון גרויסן באיאנער קלויז אין ירושלים.

ree

האדמו"ר מקאסוב באגריסט העסקן הרב שלמה באכנער מנהל ומייסד ארגון בוני עולם ביי די בר מצווה די וואך לבן העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו אין בארא פארק.

ree

הרב בנציון שטאנגער משב"ק האדמו"ר מוויזניץ באטייליגט זיך ביי א שבע ברכות די וואך לרגל די חתונה פון די כלה א טאכטער פונעם חרדישן דזשורנאליסט ר' ישראל כהן הי"ו אין בני ברק.

ree

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה באזוכט אינעם נאסטאלגישן קריה נאמנה "שיכון סיגוט" אין שטעטל כפר עטה, נאך גאנצע צוואנציג יאר ווען די רבי האט דאס לעצטע מאל באזוכט אין שטאט, בחיים חיותו פונעם זיידן הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זי"ע.


דא לדא נקשן: האדמו"ר מסטריקוב ירושלים באמערקט "קרישקעס" ביי די תפילת מעריב אין די הלפרין שטיבלעך אין ביתר פאריגע וואך.


נאסטאלגישע ווידיאו ווי דער לאנגיעריגער משב"ק לבית פשעווארסק הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל גרייט צו די לאקשן קוגעל לכבוד שב"ק, אויף די עלטער מיט זיינע שוואכע כוחות.


הרה"צ ר' דוד דוב האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי איז מנדב א פרנס היום אין די באבובער כולל אין בארא פארק לרגל די ערשטער יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה‎.

ree

המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א באזוכט ביי תלמידו החביב האדמו"ר מישועת יעקב סקולען אין זיין אכסניא אין ירושלים.

ree

האד' מקרעטשניף כפר אתא ביים עוסק זיין בתורה בחברותא מיטן עלטערן ברודער הרה"צ רבי מאיר ראזענבוים שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך קיין ארץ ישראל לרגל די מעמד 'יזכור אהבתו' בחצה"ק קרעטשניף סיגעט.

ree

הרה"צ ר' ישראל חיים שוחט שליט"א בן האדמו"ר מקארלין סטאלין באטייליגט זיך ביים ביזנעס עקספאו דורך ק"ק קארלין סטאלין אין די בניני האומה זאלן אין ירושלים.

ree

האדמו"ר מוויזניץ איז מנחם אבל ביי הרבנים הגאוה"צ קינדער פון הגה"צ רבי אברהם צבי בעק זצ"ל גאב"ד מעלבארן נאך די פטירה פון זייער מוטער הרבנית ע"ה.

ree

האדמו"ר מפשעווארסק ביי תפילת מנחה היינטיגן דאנערשטאג בבית האבלים ביי די קינדער פון הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל געטרייער משב"ק פון אדמו"רי בית פשעווארסק.


ביי א מסיבה די וואך אין וויליאמסבורג לטובת מוסדות פינסק קארלין על טהרת הקודש אין שפיץ פון האדמו"ר מפינסק קארלין, ווערן געזעהן הנגידים ר' שמעון ישראל פערלמוטער הי"ו און ר' נחמן סטארלאוויטש הי"ו.

ree

האחים האדמור"ים מקאסוב אין א ליבליכע שמועס ביי די חתונה די וואך בבית האדמו"ר מקאסוב וויזניץ.

ree

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ווערט געזעהן אין ביהמ"ד ארי שבחבורה אין ירושלים בנשיאות אחיו הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבה קטנה פני מנחם, וואו דער ראש הישיבה האט געדינט אלס סנדק ביי א ברית פון א אייניקל ביים ברודער.

ree

פאסיגע דברי הכנה פון הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א צו די בעפארשטייענדע ימי ויעדה "תעצומות" פאר די עלטערע בחורים בוגרי הישיבות הקדושות דחסידי בעלזא, וואו דער רב שליט"א וועט דינען אלס אורח הכבוד.


מנהג ישראל תורה: אידן ווערן געזען אינעם חב"ד הויפטקווארטיר 770 שפילן שאך אינעם ערשטן ניטל פון דעצעמבער דעם פינף און צוואנציג'סטן ווען טייל קהילות קדושות בישראל זענען מקיים דעם מנהג ישראל נישט עוסק צו זיין אין תורה.

ree

שיין בילד פון האדמו"ר מדושינסקיא ביים פארטיילן חנוכה געלט פאר די ילדי החמד תלמידי התלמוד תורה.

ree

הגה"צ רבי ישראל שלום טויב שליט"א אב"ד באלטימאר אין וויליאמסבורג לערנט פאר פאר זיינע קינדער בליעה"ר ביי די ימי לימוד התורה, אראנזשירט דורך חבורת "תורתך שעשועי" אינעם גרויסן "ארמון האטעל" אין קאנעטיקעט.

ree

שיין בילד פון האדמו"ר מוויען ביים מתפלל זיין אינעם חצר פון מערת המכפלה אין חברון זייענדיג א כהן.

ree

בחורי חסידי נדבורנה ביים פידל שפילן ביי די שמחת הבר מצווה אין נדבורנא הויף אין די טעג ארום יום טוב חנוכה.

ree

דעם מוצאי שבת ביים גייסטרייכן מעמד "רצונו של צדיק" צום יארצייט פון הייליגן שינאווער רב זי"ע אין קרית יואל, דורך כולל חיבת ירושלים, האט דער יושב ראש הרב אברהם יהושע פריינד מנאסויד פארקויפט דאס בענטשן אויפן הייליגן בעכער פונעם מופת הדור הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטיר'ער זי"ע. נאך ברכת המזון האבן זיך הונדערטער אידן געשטופט אין די שורות צו קענען טרונקן פונעם הייליגן בעכער דירעקט דורכן זיך משתתף זיין כמנין ישעי-ה לטובת הכולל.

ree

הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א טרינקט פונעם היסטארישן בעכער מיט גרויס חביבות.

ree

ביים שמחת החאלאקע אין מירון פון היניק אלתר יצחק אייזיק, זוהן פון הרה"ג רבי אפרים פישל ישראל וויינבערגער שליט"א מטורקא משפיע אין ק"ק באבוב 45 אין ירושלים. ווען דאס קינד איז געבוירן געווארן פאר דריי יאר צוריק, איז דאס געווען די געשפרעך פון טאג אין די גאנצע אידישע וועלט, ווען גאנץ ירושלים האט מיטגעהאלטן די שמחת השלום זכר, וואכנאכט, און ברית מילה פון דאס אויסגעבעטענע קינד וואס איז געבוירן געווארן נאך 34 יאר, פון ארויסקוקן און מתפלל זיין.


מעמד קבלת פנים די וואך לכבודו פון האדמו"ר מישועת יעקב סקולען בבית מדרשו פון דודו האדמו"ר מסקולען ירושלים.


הנגיד ר' יוחנן טווערסקי הי"ו מגדולי עסקני ק"ק ראחמיסטריווקא אין בארא פארק מערקט "קרישקעס" בקודש פנימה ביים ינוקא הגאון רבי שלמה יהודה בארי שליט"א.

ree

האדמו"ר מוויזניץ אין א ריקוד מיט מקורבו העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו ביים שמחת הבר מצווה לבנו, פארגעקומען אינעם וויזניצער הויף אין בני ברק.

ree

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א איז זיך משתתף ביים שמחת החתונה פון יד ימינו החתן דוד ווערטהיימער הי"ו נעכטן אויפדערנאכט אין קרית יואל.



bottom of page