מדינת ישראל פאליטיקאנט בעני גאנז אפגעשטאט פריוואטע באזוך ביי האד' מסקווירא
- Bechatzros admin
- 20 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 21 במאי
דינסטאג פ' בהר בחקותי • כ''ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

נעכטן אויפדערנאכט נאך די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז אריין צום רבי'ן דער געוועזענער זיכערהייט מיניסטער אין מדינת ישראל בעני גאנז, א הויעכראנקיגע פאלטיקאנט און אפאזיציע פיגור, וועלכער איז געקומען זיך דורכרעדן איבער פארשידענע נושאים, בעניני הכלל. דער באזוך האט זיך פארצויגן ארום פערציג מינוט אויף א פריוואטער פארנעם, אונטער פארמאכטע טירן. ביים ענדע האט איהם די רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן אויף לשון הקודש ער זאל שטענדיג קענען ארויסהעלפן אידישע קינדער און מקדש זיין שם שמים.
זייענדיג אין שיכון סקווירא איז גאנז געווארן ארום געפירט דורך די עסקנים צו זעהן פון די נאנט די לאקאלע 'רפואה העלט צענטער' און די 'אם בישראל' קינדער היים וואו ער האט זיך געטראפן מיט די לאקאלע עסקנים אין שטעטל, און געהערט איבער די פילע חסד ארגאניזאציע'ס וועלכע שטיין צו דינסט פון די טויזנטער תושבי השיכון, און ווערט געפירט דורך היימישע עסקנים חסידי סקווירא.
תגובות