top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן צוזאמענפאר צום הילולא קדישא פון מופת הדור הרה״ק רבי ישעי׳לע קערעסטירער זי״ע | ברייטע דעקונג

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 4 דקות

דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יאסי גאלדבערגער - שוקי לרר - מאיר אדרעי

דיו אילו ימי וכל מי כנישותא, עס איז נישט מעגליך צו שילדערן די שטורמישע רגשי הלב און די טיפע התרוממות הנפש וואס שפירט זיך ביי די אלפים ורבבות חסידים ואנשי מעשה, נאכ'ן זיך צוריקקערן אנגעלאדענט מיט השפעות טובות פון דער ווייטער קערעסטיר אין אונגארן, שם חלקת מחוקק ספון, וואו זיי האבן זוכה געווען פוקד צו זיין דעם ציון המציונת פונעם מופת הדור הרב הקדוש רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע און בעז"ה דארט אויסגעבעטן כל מילי דמיטב בזכותו פונעם פועל ישועות בקרב הארץ, אין די טעג ארום די הילולא קדישא ג' אייר.


א וועלטס-צוזאמענפאר איז היי-יאר געווען צו די הילולא קדישא, וואו די פילע טויזנטער אידן מבקשי ישועה, האבן דורכאויס די ימי ההילולא קדישא, זיך דערקוויקט פון דער אויסנאמליכער ברייטהארציגער הכנסת אורחים וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די אייניקלעך פון רבי ישעי׳לע זי״ע, די ראשי עיר קערעסטיר, וואס מן השמים קא זכו להם צו פארוואלטן מיט דאס הייליג הויז, דעם ציון הקדוש, בית מדרשו, און שטעלן צו א ווירבלדיגער אפאראט פון הכנסת אורחים פאר יעדן איד וואס קומט צו פארן פוקד זיין דעם ציון המצויינת סיי ווען איבער'ן יאר.


דער הויכפונקט פונעם היי-יעריגן הילולא איז געווען דער דראסטישער דורכברוך, וואו עס איז געשטאנען דער תל תלפיות בית מדרשו של רבי, וואס איז פארענדיגט געווארן אלס א בית המדרש לתורה ותפלה גענוי לויטן אויסזען און אקוראט און אויף די זעלבע יסודות וואו עס איז געשטאנען בחיים חיותו פונעם צדיק, און במשך די שבת און יומא דהילולא זענען דארט פארקומען מניני תפילה נאכאנאנד לפני ולפנים בהאי מקום דקא גרים, מיטן רישומא קדישא פונעם הייליגן צדיק׳ס עבודת הקודש.


באזונדער איז צוגעקומען דאס יאר א גאר דראסטישע חידוש אין די לוגיסטיק וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א געוואלדיגע הצלחה, סיי מיט די פארקינג און סיי מיט די שאטעלס. נאך גרויס אינטערווענץ און שתדלנות ביי די לאקאלע באאמטע, איז געלונגען פאר די ראשי רבי ישעי׳לעס הויז צו אויסשטעלן א גענצליך נייע סיסטעם וואו מ׳האט געקענט אריינפארן מיט פריוואטע אויטאס און באסעס אינעם שטאט קערעסטיר, ווען דער הויפט שטראז וואס האט געווענליך צוויי קעגנזייטיגע פארקער, איז געווארן איין-לעין, און די אנדערע לעין איז דעזיגנירט געווארן פאר די באסעס צו אראפלאזן דעם ציבור.


נישט ווייט פון די הייליגע הויז איז צוגערישט געווארן א גיגאנטישע פארקינג לאט פאר אלע פריוואטע אויטאס, פון וואו באקוועמע שאטעלס האבן קורסירט נאכאנאנד די קורצע דריי-מינוטיגע וועג צום ציון הקדוש און צום הייליגן הויז, וואס האט ערמעגליכט א שנעלן און לייכטן אנקום פאר די צענדליגער טויזנטער אידן במשך די גאנצע מעת לעת, ווען אלעס האט געקלאפט מיט א געוואלדיגע סיעתא דשמיא אנגעפירט דורך די בארימטער טיפ פראדאקשענס.


דער שבת קודם ההילולא געווען איין חטיבה פון התרוממות בצל כנפיו פונעם הייליגן רבי ישעי'לע, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער אידן, אריינגערעכנט אריבער הונדערט אייניקלעך און חשובע רבנים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מסטראזניץ שליט"א, הגה"צ אברהם משה גראס שליט"א אבד"ק קערעסטיר בערבעשט, און זיין ברודער הרה"צ רבי שמואל גראס שליט"א מקערעסטיר מאנסי. מען האט זוכה געווען אפצורעכטן די תפלות און סעודות בנועם קדושת השב"ק אינעם ביתו נאוה קודש און אינעם נייעם ביהמ"ד וואס מ'האט שוין באנייט און געדאווענט דארט דורכאויס דעם שבת.


בפניא דמעלי שבתא האט הגה"צ ר' ישעי' רובין שליט"א מקערעסטיר, בונה ומקים הביהמ"ד, געדאוונט מנחה במקום שהתפללו אבותיו און אויפגעטרעטן מיטן דרשת פתיחת השבת. דער גאנצער שבת הילולא איז געפראוועט געווארן אין שפיץ פון די רבנים נכדי בעל ההילולא, וואו מען האט מען פארברענגט בדברי תורה וסיפורי צדיקים במשנתו פונעם הייליגן צדיק.


מוצאי שבת האבן אנגעהויבן שטראמען שיירות פון איבער די גאנצע וועלט, וואס האט אנגעהאלטן גאנצע 48 שעה אן אויפהער.


במשך דעם יומא דהילולא זעלבסט זענען פארגעקומען מניני תפלה אנגעהויבן פון ותיקין במשך דעם גאנצן טאג אינעם נייעם ביהמ"ד.


די שפראך איז ארעם אראפצוגעבן די הימל-שפאלטענדע יללות ביים ציון הקדוש וואס האבן געריסן די שערי שמים, ווען אידן האבן זיך אויסגעגאסן די הערצער מיט הייסע הארצרייסנדע תפלות, יעדער מיט זיינע בקשות פּערזענליך להפקד בדבר ישועה ורחמים. די ראשי קערעסטיר האבן איינגעשטעלט א מייסטערהאפטיגער סיסטעם, אז יעדער איד זאל קענען אנקומען זיך משתטח זיין מיט א רואיגקייט.


דורכאויס די גאנצע פיר און צוואנציג שעה האט רבי ישעי׳לעס גאנץ יעריגע הייליגע קאך געהאלטן אין איין קאכן און צוברענגען פרישע סעודות, פרישטיג און מיטאג כיד המלך, אינעם ריזיגער "הכנסת אורחים" טענט, וואו די טויזנטער פוקדים זענען סערווירט געווארן לשובע ולא לרזון.


אומצאליגע רבנים ואדמורי"ם האבן זיך אנגעזען במשך דעם טאג אין קערעסטיר, צווישן זיי איז געווען האדמורי"ם מניקלשבורג, זידיטשוב ווערעצקי, פארשעי, ביטשקוב, סוליצא, באסטאן ב"פ, הגה"צ אב"ד פאפא מאנסי שליט"א, הגה"צ אב"ד לימינוב און נאך.


א ספעציעלע התרגשות האט געהערשט צו זען א גרעסערע קבוצה נגידים פון ניו יארק וואס זענען געקומען צופארן צום יארצייט, און האבן אפגעקויפט זכותים אדירים אינעם נייעם ביהמ"ד.


דער הויכפונקט פונעם גרויסן טאג איז געווען דער "צענטראלער סעודת הילולא" וואס איז פארגעקומען ליל ההילולא קדישא, זונטאג נאכט אור ליום ג׳ אייר, אינעם גיגאנטישן היכל גאלדבערגער וואס שטייט א גאנץ יאר, וואו א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה, אלופי אלפי ישראל האבן פארברענגט במשנתו של הצדיק. צום ערשט האט מען געדאוונט מעריב אינעם נייעם ביהמ"ד וואס איז געווען געפאקט מפה לפה. דער רייכער פראגראם ביים מעמד ההוד איז געעפנט געווארן דורך די וועלט-בארימטן נועם הלשון הרה״ח ר׳ ישראל שטערן שליט"א, וועלכער האט איינגעפעדימט די סעודה מיט הערליכע געדאנקען אלס יושב ראש המעמד. 


מ׳האט זוכה געווען צו הערן פייערדיגע דברי הילולא וסיפורי קודש מפי הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק קערעסטיר שליט"א, און הרה"ג ר' חיים טירנויער שליט"א רב ביהמ"ד נחלת אברכים אנטווערפן ור"מ בישיבת ווילרייק, וואס האבן ארומגערעדט איבער'ן תוקף קדושת היום באגלייט מיט הימלישע עובדות פונעם הייליגן צדיק וועלכער איז משפיע עד היום הזה.


דער סיום הש"ס איז אפגעראכטן געווארן דורך איינער פון די נכדי הצדיק, הרה"ג ר' יהושע נפתלי לאנדא שליט"א, זון פון הרה"ג ר' ישעי' שלום לאנדא זצ"ל וואס איז געווען פון די לעצטע פארבליבענע אייניקלעך און איז נפטר געווארן דעם פארלאפענעם יאר, און קדיש האט געזאגט הגה"צ אברהם משה גראס שליט"א אבד"ק קערעסטיר בערבעשט. נאכ׳ן בענטשן האבן די רבנים פארטיילט ״כוס של ברכה״ פאר די נדיבי הלב, און דער ציבור האט זיך אויפגעהויבן מלא התרגשות, אנגעלאדענט מיט אזויפיל רגש קודש.


דער שטראם קיין קערעסטיר, וואס האלט נאך אן מיט קראפט האט צאמגעברענגט אומגלויבליכע פרעצעדענטלאזע ציפערן פון פילע צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע עקן וועלט וועלכע זענען אהיימגעפארן אנגעלאדנט מיט פולע הויפענס ישועות ורפואות, סמוך ובטוח לבם אז מ׳האט זיך בעז״ה אויסגעבעטן און פועל געווען כל טוב.


תגובות


bottom of page