top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נקדמה פני"ו: יהדות ניו יארק וועט מיטלעבן ימי הוד מיט'ן אורח הדגול ראש ישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א

  • 16 באפר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווי שוין ברייט באריכטעט גרייט זיך יהדות ניו יארק צו מקבל זיין דעם אורח הדגול פון ארה"ק, ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, וואס האט היינט געלאנדעט אויף א קורצע מסע חיזוק והתעלות בקרב חסידיו ומעריציו ברחבי ניו יארק און ניו דזשורזי, לשמחת לבם פון טויזנטער חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן אריינכאפן די געלעגנהייט נהנה צו זיין מאור תורתו און זיך מסתופף זיין ביי די געהויבענע תפילות און מאורעות במחיצתו.


דער ראש ישיבה איז אנגעקומען קיין ניו יארק די היינטיגע דאנערשטאג פר' תזריע טהרה, און וועט אפרעכטן א שבת מרומם בהשתתפות אלופי אלפי ישראל אין די גיגאנטישע זאלן פון אולמי "עטרת חיה" אין הארץ פון שטאט בארא פארק.


דער הויכפונקט פונעם שבת וועט זיין דער מעמד התעוררות והתעלות "בני היכלא דכסיפין", בעת רעוא דרעוין, ווען עס וועלן זיך צונויפזאמלען טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן תושבי העיר און פילצאליגע געסט, וואס וועלן באלאגערן דעם זאל און מיטלעבן די שעות של קורת רוח ותענוג רוחני בנועם השבת.


דער מעמד וועט זיך אנהייבן 8:15, תיכף מוצאי שבת ביים זמן ר"ת וועט זיין ברכת המזון, און דערנאך וועט דער ראש ישיבה משמיע זיין דעם די דברים חוצבים להבות אש בדברי חיזוק והכנה צו קבלת התורה.


זונטאג אמור וועט פארגעקומען דער מעמד נשגב לכבוד התורה ולומדי', סיום "מסכת ערכין" דורכ'ן עמוד הקהלה "לבנו בתורתו" בראשות פונעם ראש ישיבה וועלכער וועט משמיע זיין דעם פלאם פייערדיגן משא המעמד בדברי חיזוק לכבוד די לומדי תורה.


אין די ווייטערדיגע טעג וועט דער ראש ישיבה אפשטאטן געהויבענע באזוכן בקרב הקהילות והמוסדות פני מנחם ברחבי ניו יארק, און וועט אויפטרעטן מיט טיפזיניגע שיעורים און דרשות נלהבות בהיכלי ישיבות וכוללים וואו מ'וועט האבן די זכי' לשמוע את דבר ה'.



תגובות


bottom of page