top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • Bechatzros admin
  • 27 במרץ
  • זמן קריאה 6 דקות

עודכן: 2 באפר׳

ree

דאנשטאג פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא איז מרעיש עולמות ביים ציון הק' פון אביו הרה"ק מספינקא זי"ע אין ניו דזשערזי, לרפואתו השלימה פון בן אחיו האדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא, מרן יוסף מאיר בן בלומא שרה, וואס געפונט זיך אין שפיטאל אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד.

ree

א הייליג מאמענט ביים חתונה די וואך בבית הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וואו דער ראש הישיבה טוט זיך פאטאגראפירן מיט דעם אלעמען באקאנטע שמחה'לע, אן אייגנארטיגע בחור מיט ספעציעלע געברויכן.

הגאון רבי יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן אין בני ברק איז מבקר חולה ביי חתנו חביבו הגה"צ המקובל רבי דוב קוק שליט"א, נאך די אפאראציע וואס ער איז לעצטנס דורך.

האדמו"ר מקארלין סטאלין אין א ידידות'דיגע שמועס מיטן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים חתונה די וואך פונעם ערשטן אייניקל אין ירושלים.

ree

לנחותם בדרך: הרב משה פרידמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר האט קרישקעס באמערקט אויפן פליגער צום יארצייט אין ראדאמסק ביים מעיין זיין אין די בילדער אפטיילונג פון "דער איד" מיט א ברייטע דעקונג פון די חתונה הגדולה בחצר באבוב-45.

ree

העפטיכע הכנות דורך די בארימטע 'רענטעסטיק' פירמע אויפן בית החיים אין שיכון סקווירא, לקראת די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, קומענדיגן מאנטאג פ' ויקרא ב' ניסן

ree

הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן און הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט שפעט באנאכט ביים כותל המערבי.

ביים מלוה מלכה לטובת ביהמ"ד סאנטוב - האדמו"ר מקאסוב לעיקוואד שליט"א באגריסט הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויז'ניץ מאנטריאל שליט"א.

ree

האד' מבאבוב ערשיינט צום הכנסת ספר תורה די וואך בבית מדרשו אין אנטווערפען אנגעכאפט מיטן פילאנטראפ הנגיד ר' איזי ענגלענדער הי"ו.

הרה"צ רבי נחמיה אלתר בן האדמו"ר מגור באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא אין בעפארברייטונג צום היסטארישע זיצונג דורכן גערער רבי'ן מיט די גדולי ראשי הישיבות איבערן נושא פון גיוס בני הישיבות.

ree

הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו אנקומענדיג מיט א העליקאפטער קיין ראדאמסק פולין צום יארצייט די וואך פון הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע.

הרה"ח ר' אהרן קלמן פריד הי"ו דער שמש אין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים האט קרישקעס באמערקט אינעם לוד לופטפעלד, ביים פארטיילן מילעך פאר די משתתפי הנסיעה בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא קיין פולין.

ree

האד' מראחמיסטירווקא ביי הבדלה און דערנאך ביים פארלאזן אתרא קדישא ליזענסק וואו דער רבי האט געוויילט איבער שבת ביים ציון הק' פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע.

אויפוואכונג פון האד' ממעזיבוז פאר עדת חסידיו, צו גייען הערן די קריאה פון פרה וואס איז מסוגל לטהרת הלב.

ree

דער פאטאגראפירער ר' משה גאלדשטיין ביים דורכגיין זיך געזעגענען פון האד' מבאבוב נאכן געהויבענעם באזוך אין אנטווערפען וואס ער האט פאראייביגט.

ree

הגאון רבי אברהם יהושע סולוביציק ראש ישיבת בריסק דינט אלס סנדק ביי א ברית די וואך לבן אחד מתלמידיו אין ירושלים.

ree

האד' מפיטסבורג ביי א חסידישע זיץ דעם מוצאי שבת אין שטוב פון הרה"ח ר' יהושע פרוכטער הי"ו פאטאגראפירער בחצר הקודש וויזניץ, וואו דער רבי האט איבערגעגעבן דברי חיזוק וברכה.

ree

האדמו"ר מביאלא דינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין שטוב פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכע האט געדינט אלס מוהל‎.

ree

הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסקווירא ביים יערליכן מסיבה די וואך לטובת מפעל "אורחות חיים" דשיכון סקווירא.

הגאון הצדיק המקובל רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה מיט א הייסע רוף פון זיין שפיטאל בעט, צו די פרייע איינוואוינער אין טבריה צו היטן שבת כדבעי.

האדמו"ר מפיטסבורג באזוכט אינעם נאסטאלגישן ביתו נאווה קודש פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אויף רחוב אחד העם אין תל אביב.

ree

פרנס היום אינעם היכל התורה אין בנין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, נדבת די חשובע לומדים אב ובנו, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בנו יחידו פון האד' מוויזניץ, אנאיינעם מיט בנו הגדול הרב שמחה האגער, לעילוי נשמת הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע לכבוד די יארצייט כ' אדר.

ree

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביים איבערגעבן א שיחת חיזוק פאר בעלי בתים אין שכונת שערי חסד וואו דער גאון האלט זיך אויף די טעג, בעת די רענאווציע ארבעט במעונו אין הר נוף.

ree

ביים עלייה לציון צום יארצייט פון ההגאון רבי ישראל גראסמאן זצ"ל ראש ישיבת פינסק קארלין האט בנו הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב מגדל העמק געמאכט א מי שברך לחולה פארן וויזניצער רבי'ן מרן ישראל בן לאה אסתר.

ביים מעמד התפילה בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא אין ליזענסק, אין די טעג ארום די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.

האדמו"ר מגור ביי א שבע ברכות די וואך בבית הרה"ח ר' יואב ברין הי"ו משמש בקודש ביי אביו הרה"ק בעל לב שמחה מגור זי"ע.

עבד מלך: האדמו"ר מפינסק קארלין אין א פייערדיגן ריקוד מיט הרה"ח ר' לייבל פיזנצבסקי הי"ו איש אמונו ומשב"ק האדמו"ר מגור ביי א משפחה שמחה די וואך.

מילתא דבדיחותא פונעם שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל, פריש אויפגעדעקטע ווידיאו ערשינען צום יארצייט פאריגע וואך.

הגאון רבי מאיר הייזלער ראש ישיבת קובנא אין ירושלים ביי די חתונה פון א אייניקל די וואך אין ניו יארק ארומגענומען מיט תלמידים.

הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבה קטנה פני מנחם באזוכט ביי האדמו"ר מבעלזא מיטן נייעם הגדה של פסח וואס ערשיינט צום יו"ט פסח הבעל"ט.

ree

האדמו"ר מבאבוב באגלייט ארויס האדמו"ר מפשעווארסק נאכן ביקור גומלין בבית האכסניא אין אנטווערפען.

הגאון רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע אין א ריקוד ביים שבע ברכות די וואך במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א.

על גג הציון: השתטחות ביים ציון הק' אין ליזענסק כ"א אדר...

ree

האד' מבאיאן ביים הנחת תפילין לבן העסקן ר' הערשי פיזענט הי"ו פון די טעטיגע עסקנים בחצר הקודש באיאן.

ree

אין די יעצטיגע טעג איז אריבערגעברענגט געווארן א ציג צום הויף פון הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א אין טבריה, אז דער מקובל זאל קענען טרינקן די מילך דערפון וואס דאס איז זיין איינציגע מאכל וואס ער עסט דורכאויס די טאג, נאכדעם וואס דער מקובל איז נישט בכח ארויסצוגיין צום ציגן שטייג ווי זיין שטייגער, נאכן אפעראציע וואס ער איז דורך נישט לאנג צוריק.

ree

האד' מזוועהיל האט קרישקעס באמערקט עוסק זיין בתורה ביים ציון הק' אין מירון.

ree

ביים שבע ברכות לכבוד די חתונה פונעם ערשטן אייניקל ביים ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א מערקט קרישקעס דער עסקן ואיש ציבור הרב מאיר פרוש הי"ו.

ree

האד' מזוועהיל געזעגענט זיך פונעם פעטער גאב"ד מאקאווא נאכן וויילן שבת אינאיינעם מיט די בני המשפחה בצל קדשו פונעם מאקאווא רב שליט"א אין קרית אתא.

ree

מעמד פדיון פטר חמור ביי א רייכע דינער ׳לעשות רצונך׳ פאר נדיבים לטובת איחוד מוסדות גור די וואך אין כפר מנחם, אין שפיץ פון הרה"צ רבי נחמיה אלתר בן האדמו"ר מגור.

ree

נייע הגדה של פסח - ניצוץ אחד, מתורתו פון הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבת פני מנחם, ערשיינט אויף יום טוב אין די עגלישע שפראך.

ree

הגאון הרב מאיר מאזוז ראש ישיבת כסא רחמים ווערט געזעהן בנאות דשא אינאיינעם מיט זיין איידעם, יד ימינו הרב ליאור כהן.

ree

האחים האדמור"ים מראחמיסטריווקא פון לינדען און אוק ען וויין ביי תפילת מעריב די וואך אין ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין אוק ען וויין.

ree

האד' מבאבוב אין די קענעדי לופטפעלד אפרייזנדיג צום ביקור המרומם קיין אנטווערפען בעלגיע.

ree

אדמור"י ורבני העיר מאנסי ביים באטראכטן די פרעכטיגע שטריימלעך אין די נייע 'הארמאני' שוי ראם, שע"י מצא טוב, פאר שטוינענד ביליגע פרייזן וועלכע קענען נישט פארמאסטן ווערן אין ערגעץ.

ree
ree

הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביים אנקומען אויף א באזוך צו הגאון רבי ישראל דוד שלעזינגער אבד"ק שערי תפילה מאנסי.

ree

הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א אין א שמועס מיט הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם בנו הגדול פון האדמו"ר מבאבוב ביי א שמחה די וואך אין בארא פארק.

ree

הנגיד ר' איזי ענגלענדער הי"ו עמוד התווך פון קהילת ומוסדות באבוב אנקומענדיג לביתו נאווה קודש פון האד' מפשעווארסק אויף די מערקאטאר גאס אין אנטווערפען, ווי ער איז אריין בקודש פנימה מיט א קוויטל ופדיון נפש.

ree

האדמו"ר מישועת יעקב סקולען ווערט געזען לערנען כאחד העם בבית מדרשו ערב שקבת קודש אלס הכנה לשבת.

ree

בקשה ואהזרה מטעם דער בית דין צדק דשיכון סקווירא פאר ביזנעסלייט און סוחרים אין שטעטל

ree

הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א אין א ריקוד מיט המקובל הגה"צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א ביים מעמד ההדלקה דעם מוצאי שבת אין מירון.

ree

האדמו"ר מאלכסנדר ביי תפילת מעריב אויפן פליגער צוריק אהיים קיין ארץ ישראל נאכן רבינס באזוך די וואך אין ניו יארק.

ree

ביים משתה היין בחצר הקודש תולדות יהודה האט 'קרישקעס' באמערקט דער מחנך הרב לייבוש ליש הי"ו אויפטרעטן מיט דברי בדחנות, ווערט געזעהן הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א.

ree

ביים סעודה הילולא פון הרה"ק בעל הישועות משה מוויזניץ זי"ע אין קרית וויזניץ האט 'קרישקעס' באמערקט ר' יוסף שמעון שעכטער מנאמני ביתו פון האד' מוויזניץ אין א שמועס מיט הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א.

ree

האד' מניקלשבורג בארא פארק ביי א שמחה די וואך, מימינו העסקן הרב יצחק ברוך שפיטצער, משמאלו העסקן ר' הערשל פעקעטע.

ree

די רענטעסטיק פארטי רענטאל ביים אויפשטעלן א גרויסער טענט פארנט פון זיידי׳ס פיצא געשעפט אויפן רוט 59, צו פארזיכערן פלאץ פאר די קליענטן אינעם פארנומענעם ערב פסח סעזאן.

ree

דעם יום טוב פורים האבן די גדולי אדמורי"ם ומנהיגי העדה פון וויליאמסבורג געשיקט א פאראייניגטע מכתב קודש צוזאמען מיט א משלוח מנות פארן שר השתדלנים הרה"ח הנכבד ר' משה דוד נידערמאן שליט"א וואס שטייט בראש המערכה למען החינוך בניו יארק, די בריוו איז אונטערגעשריבן דורך מרנן האדמור"ים מסאטמאר, פאפא, וויזניץ וויליאמסבורג, וויען און צעהלים, וועלכער ברענגען פה אחד ארויס זייער רגשי תודה והכרת הטוב פארן געטרייען שליח ציבור ר' משה דוד הי"ו וועלכער איז אריינגעטוהן ראשו ורבו אפצושאפן די גזירה וואס שוועבט אויף יהדות ניו יארק.

ree

בוי ארבעט ביי נייע עטרת ווילעדזש אין קרית וויזניץ קייאמישע רוקט זיך פאראויס.


תגובות


bottom of page