מעמד מיוחד בחצר הקודש בעלזא געווידמעט פאר די תמכין דאורייתא "כולל אידן" מחזיקי תורה פון די כוללים דבעלזא
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אמ"ש
הונדערטער חסידי בעלזא תומכי תורה האבן זיך דעם דינסטאג פארזאמלט אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים האבנדיג די זעלטענע זכיה דורכצוגיין כבני מרון ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און גלייכצייטיג שטיצן די הייליגע מרכז מוסדות בעלזא און די טויזנטער עמלי תורה, דורך די הערליכע איניציאטיוו פון "כולל אידן", א רעוואלוציאנערע פראגראם וואס איז נולד געווארן מיט עטליכע יאר צוריק צוליב דעם וואונדערבארן וואוקס פון די צענדליגער כוללים איבער גאנץ ארץ ישראל, ווען מרכז מוסדות בעלזא האט אויפגעשטעלט אן ארמיי פון טויזנטער עמלי תורה וואס זיצן און הארעווען אין די היכלי התורה לענגאויס ארץ ישראל, און אנטקעגן זיי זענען גערופן געווארן די "כולל אידן", איבערגעגעבענע תומכי תורה וואס נעמען אויף זיך פערזענליך די אחריות פון איין אינגערמאן אויסצוהאלטן זיין חודש'ליכע געהאלט מיט הרחבת הדעת.
אצינד איז געקומען די בשורה יוצא מבית המלך אז דער רב שליט"א האט אויסגעדריקט רצון קדשו ספעציעל צו ווידמען זמני כניסה פאר די חשובע כולל אידן און די נייע מצטרפים וואס ווילן זיך אנשליסן צום לגיון של מלך אין די הייליגע רעוואלאציע, ארום צען אזייגער איז דער רב שליט"א ערשינען אינעם היכל גרויסן צו מעריב ברוב עם, און זיך דערנאך אראפגעזעצט צו א ספעציעלע מעמד מיט די תומכים.
ביי די טישן זענען געזעסן הונדערטער עלטערע חסידים, און אויף די הויכע פארענטשעס ארום זענען געשטאנען די אינגעלייט, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברות קודשו און זיך אויסגעדרוקט בלשון קדשו, מען האט מיך באשטימט אלס א שליח ציבור צו נעמען געלט פונעם עולם פאר די הייליגע מוסדות, און דער רב האט ארויסגעברענגט אז די צרכים פון די הייליגע מוסדות זענען ידוע לכל און עס איז איבעריג מסביר צו זיין די חשיבות דערפון.
נאכן ברכת הקודש איז דער ציבור דורכגעגאנגען ביים רב שליט"א. יעדער "כולל איד" האט מיט זיך געטראגן זיין "שטר שותפות", און עס מיט יראת הכבוד אראפגעלייגט אויפן טיש פארן רב שליט"א. פאר קרוב צו א שעה זענען די תומכים דורכגעגאנגען איינער נאכן צווייטן, מקבל צו זיין דער פערזענליכע ברכת הקודש פונעם רב שליט"א.











תגובות