top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשעה טובה ומוצלחת: האד' ממיאלען אריבערגעפלאנצט משכן חצירו פון קרית גת צו נייע ישוב דחסידי מיאלען אין בני ברק

זונטאג פ' ראה • כ"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שוקי לרר

 

די טעג ארום יו"ט חמשה עשר באב טראגט א ספעציעלן באדייט ביי חסידי מיאלען, שהחיינו והגיעו לזמן הזה, ווען כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א האט זיך עמטליך אריבערגעצויגן און איבערגעפלאנצט חצר קדשו פון קרית גת, צום נייעם ישוב דחסידי מיאלען אין עיר התורה וחסידות בני ברק.


דאס קומט נאך לענגערע חדשים פון העפטיגע צוגרייטונגען אוועקצושטעלן באופן קבוע דעם אויפבליענדן מיאלענער הויף, מיטן גמר המקח פאר ביליגע דירות א ביהמ"ד און אלע צוגעהערן, אינעם נייעם מחתם הסופרים געגענט, ווען אין לויף פון די לעצטערע חדשים האבן די ערשטע תושבים זיך אנגעהויבן אריינציען אינעם ישוב החדש, און יעצט האט מען זוכה געווען אז דער רבי שליט"א האט זיך באזעצט בתוככי הישוב.


דעם פאריגן שבת נחמו איז אפגעראכטן געווארן אין קרית גת א "שבת פרידה", מיט'ן השתתפות פון מאסן חסידים ומעריצים וכלל תושבי העיר וואס האבן געשטראמט פון אלע עקן מיטלעבן דעם שבת אחרונה בצל הקודש פונעם מיאלענער רבי, און ס'האט זיך דערקענט א שטארקע התרגשות און שווערע געזעגנונג געפילן פון "קשה עלי פרידתכם".


מאנטאג אינדערפרי איז פארגעקומען א "יום פרידה". דער רבי שליט"א איז ערשינען צו תפלת שחרית ברוב עם, און נאכ'ן דאווענען אפגעראכטן א שלחן לחיים און משמיע געווען הארציגע דברות קודש, זאגנדיג אז טראץ די אלע שוועריקייטן וואס דאס אריבערציען נעמט אריין, ווען מ'דארף מקיים זיין דעם "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך", האפט מען צום אויבערשטן אז זכות אבות יגן צו מצליח זיין מיט'ן נייעם ישוב לתפארת אבותיו הק'. איידער'ן פארלאזן די שטאט איז דער רבי ארויף צו די מוטער הרבנית הצדיקת תליט"א זיך געזעגענען, און דערנאך אונטערוועגנס קיין בני ברק זיך אפגעשטעלט אין שטאט רחובות ארויפגייענדיג על ציון קדשם פונעם פאטער און זיידע בעל נועם ישראל זצ"ל און הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זצ"ל, זייענדיג לענגערע שעות שופך שיח בדמעות שליש פאר די הצלחה פונעם נייעם ישוב.


אנקומענדיג אינעם ישוב החדש איז דער רבי שליט"א תיכף צוגעפארן צום נייעם ביהמ"ד, וואס איז דערווייל קווארטירט אין א צייטווייליגן לאקאל, און מיט גרויס התעוררות מחנך געווען דעם מקום תורה ותפלה מיט די ערשטע תפלת מנחה, און דערנאך אריבער צום שטוב פונעם גבאי'ן הרה"ח ר' מאיר כ"ץ, יד ימינו פונעם פאטער בעל נועם ישראל, און שטייט די אלע יארן לימין קדשו פונעם מיאלענער רבי'ן, און האט זיך יעצט אריבערגעצויגן קיין בני ברק אינאיינעם מיט'ן רבין שליט"א צום ישוב החדש. דער רבי האט דארט אפגעראכטן א מעמד קביעת מזוזה און מסיבת לחיים.


אויף דעם שבת פרק עקב איז פארגעקומען א גרויסארטיגער שבת התוועדות ושבת היסוד פונעם נייעם מיאלענער הויף אין שטאט בני ברק. דער רבי שליט"א האט צום ערשטן מאל אפגעראכטן די תפילות און טישן בשבת אחים גם יחד פון אלע בני הקהלה און חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט, ספעציעל איז געפראוועט געווארן די צענטראלער מעמד חנוכת הבית מוצאי שבת קודש מיט די השתפפות פון די רבני העיר און א גרויסן ציבור חסידים, אוהדים און ידידים.














































Comments


bottom of page