בכל ביתי נאמן: לעגענדארער משב"ק בחצר הקודש צאנז הרה"ח ר' אייזיק מאיר זאלמאנאוויטש ז"ל נפטר געווארן
- Bechatzros admin
- 1 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 1 ביולי
דינסטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען ביי חסידי צאנז די פטירה פון האי גברא רבא ויקירא מאוד נעלה הרה"ח ר' יצחק אייזיק מאיר זאלמנאוויטש ז"ל דער לעגענדארער משב"ק און מסירת נפש'דיגער איש אמונו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועלכער האט זוכה געווען לאנגע יאהרן משמש צו זיין לפני ולפנים, ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, יום ולילה לא שבת, האט ער זיך אוועקגעגעבן מיט א זעלטענע געטריישאפט בקודש פנימה און וואו אימער עס האט זיך נאר אויסגעפעלט משמש צו זיין דעם רבי'ן מיט א מסירה נפלאה.
דער נפטר הרה"ח ר' אייזיק מאיר ע"ה איז געבוירן אין יאהר תשי"ב צו זיין פאטער הגה"צ רבי ישראל אריה זאלמאנאוויטש זצ"ל גאב"ד עכו מגדולי תלמידי הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, אלס יונגער בחור האט ער זיך מדבק געווען בכל נימי נפשו אין מורו ורבו הרה"ק בעל שפע חיים זצ"ל, זייענדיג פאררעכנט פון די חשובע תלמידים בישיבתו הרמה.
זייענדיג א בחור אין ישיבה האט דער קלויזנבורגער רב זי"ע ממנה געווען ר' אייזיק מאיר צו באגלייטן און שטיין צו די רעכטע האנט פון בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס האט אים אריינגעברענגט אין א גאלדענע צענדליגע יעריגע קייט פון שימוש בקודש, אנגעהויבן פון זיינע יונגע יאהרן זייענדיג א בן גילו פונעם רבי'ן שליט"א, האט ער אנגעקניפט גאר א שטארקן קשר מיטן רבי'ן, און ווייטער דורכאויס אלע יאהרן ווען די רבי האט געדינט אלס רב הצעיר, און איבערהויפט ווען די רבי איז ארויף על כתר ההנהגה בשנת תשנ"ד, האט ער זיך נישט אוועקגערירט פונעם רבי'נס קלאמקע און געשטאנען גרייט ווי א געטרייער זעלנער צו טאן וואס אימער דער רבי בעט און דארף נאר.
אויסער זיין ראלע אלס גבאי לפני ולפנים, האט ער פארמאגט א גאר נאנטן קשר מיטן רבי'ן וועלכער פלעג זיך מיט איהם דורכרעדן פארשידענע פריוואטע ענינים, און זיך פארלאזט אויף ר' אייזיק צאיר מיט פארמאכטע אויגן.
מיט עטליכע יאהר צוריק איז ר' אייזיק מאיר אפגעשוואכט געווארן און זייענדיג שוין ליידער רתוק למטתו, האט ער נישט געהאט די מעגליכקייט צו באדינען דעם רבי'ן שליט"א, בפרט די לעצטע תקופה ווען זיין מצב האט זיך פארערגערט איז איהם דער רבי שליט"א געקומען אפט באזוכן אין שפיטאל.
ליידער איז מיט שווערע הערצער היינט אויפגענומען געווארן די בשורה איבער ר' אייזיק מאיר'ס פטירה אין עלטער פון 72 יאר, לדאבון לב אלפי החסידים, פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן.


תגובות