דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: א. אייזנבאך
דער שטאט טשיקאגא וואס פארמאגט פון די גרעסטע אידישע קהילות אין אמעריקא האט אין די טעג זוכה געווען מיטצולעבן צוויי דערהויבענע טעג בצילו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וועלכע האט געוויילט אין שטאט אויף א קורצע באזוך פיל מיט תורה חיזוק און התעלות.
די באזוך אין טשיקאגא קומט נאך א לאנגיעריגע קשר צווישן מסודות פני מנחם און נדיבי עם אין טשיקאגא אונטער די 'חברותא' פראגראם, אונטער די מסגרת האבן נגידים תלמידי חכמים וואס שטיצן די מוסדות פני מנחם געהאט א קביעות'דיגע געלעגנהייט זיך צו מפלפל זיין און נהנה זיין מאור תורתו פון די ראש ישיבה שליט"א.
אויסער א צאל קלענערע אסיפות אין די הייזער פון נגידים אין טשיקאגא וואו די ראש ישיבה שליט"א האט משמיע געווען די דבר ה' האט די ראש ישיבה אויך באזוכט אין די מוסדות התורה און אויפגעטראטן פאר די תלמידים, צווישן זיי די גרויסע ת"ת 'ארי קראהן' און 'ישיבה אור ברוך ד'ווייצטען', אזוי אויך אין די בארימטע טעלזער ישיבה וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע מעמד קבלת פנים פאר די ראש ישיבה שליט"א.
אויך אין די חשובע כוללים אין שטאט האט די ראש ישיבה שליט"א געלאזט הערן טיפזיניגע שיעורים בהלכה ובאגדה, ספעציעל אין די כולל המרכזי 'זכרון אליהו' וואו די ראש ישיבה האט איבערגעגעבן א שיעור עיון מיט די באטייליגונג פון הונדערטער בני תורה און א ספעציעלע חינוך שיעור פאר אלע מחנכים פון ארום גאנץ טשיקאגא.
די גולת הכותרת איז געווען די גרויסארטיגע מעמד חיזוק פאר אלע בני העיר, וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש 'אגודת ישראל וועסט ראדזשערס פארק' מיט די באטיייליגונג פון א ריזן ציבור מתושבי העיר, די ראש ישיבה האט איבערגעגעבן א שיעור הכנה לקראת חג השבועות, די שיעור איז איבערגעטייטש געווארן אויף ענגליש פאר די ציבור המשתתפים דורך הגה"צ רבי אברהם שארר שליט"א, רב בית המדרש 'נזר גדליהו'.
איידערן פארלאזן די שטאט איז אריין אל הקודש פנימה א משלחת פון שליחי ועסקני חב"ד און מנהלי מוסדות חב"ד אין טשיקאגא, די ראש ישיבה שליט"א האט זיי אויסגעהערט איבער די וואוילטעטיגע פעולות פון חב"ד אין טשיקאגא און זיי געוואונטשן אז "טשיקאגא וועט זיין א חסידישע שטאט אזוי ווי די רבי די הריי"ץ מליובאוויטש זצוק"ל האט געזאגט". פון טשיקאגא האט זיך די ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט קיין ניו יארק אויף א קורצע אפשטעל אויפן וועג אהיים קיין ירושלים עיה"ק וואו עס איז ערווארטעט א גרויסע ציבור מיטצוהאלטן דעם שבועות הממשמש ובא.
Comments