מעמד החומש סעודה פאר אריבער 120 חתני המקרא בליעה"ר אין תלמוד תורה סאטמאר בארא פארק בראשות האד' מסאטמאר
- Bechatzros admin
- 4 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 6 ביולי
פרייטאג פ' חוקת • ח' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

פארלאפאענעם זונטאג (קרח) נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק צו באשיינען די יערליכע מעמד החומש סעודה פון די תלמידי המוסדות אין שטאט, ביים אנקומען אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף די דריי און פופציגסטע גאס האט זיך דער רבי באגריסט מיט די שוואגערס הגה''צ גאב''ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א, און די פילע אדמורי"ם ורבנים, האדמו"ר משבט הלוי שליט"א, האדמו"ר מסקאליע שליט"א, האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א און נאך פילע רבני העיר. דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה, דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורך די מלמדים.
עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דעם רבינס איידעם הגה"צ רבי העניך אשכנזי אבד"ק אבני צדק א זיידע פון א חתן המקרא, דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, דאן האט די רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש לכבוד די חתני החומש ארויסברענגענדיג די גרויסע שמחה ביים אנהייבן לערנען חומש, וואס דאס איז א יו"ט סיי פאר די קינדער און סיי פאר זייערע עלטערן, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתני המקרא און פאר זייערע עלטערן און זיידעס און פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור. צום שלוס האט די רבי פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, און מאציל געוועהן ברכת קדשו פאר יעדן בפרטית.






















































































댓글