האד' מסאטמאר פראוועט סעודת הילולא פון זקינו הגה"ק בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע אין פאלם ספרינגס
- בחצרות הקודש

- 11 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 12 בפבר׳
דינסטאג פ' יתרו • י"ג שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

פארלאפאנעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געוויילט אין פאלם ספרינג אויף אפרוה, איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע. לכבוד די יארצייט האט דער רבי שליט"א יורד געוועהן לפני התיבה צו אלע תפילות און געזאגט די קדישים. דינסטאג נאכמיטאג נאך מנחה האט דער מעריך געווען שלחנו הטהור און דער סעודת הילולא אינעם ביהמ"ד במקום הנופש אין פאלם ספרינגס, וואו דער רבי האט זיך געוואשן, און געמאכט א סיום אויף מסכת גיטין וועלכע איז געלערנט געווארן דורך חבורת יסודי התורה און דערנאך געזאגט קדיש, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגונים וואס מען האט געזינגען ביים בעל הילולא זי"ע, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש, און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע, באגלייט מיט סיפורי קודש, נאכן סעודה האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון אויפן כוס.


























תגובות