top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גדולי ישראל נועדו: היסטארישע 'מסע הצלה' דורך גדולי וצדיקי הדור קיין אמעריקא להצלת עולם התורה

דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס שפאנונג ווערט אויפגענומען געווארן די דראמאטישע מעלדונג, אז אין א זעלטן-היסטארישע שריט וועלן די סאמע גרעסטע גדולי ישראל בארץ הקודש, זיך ארויסלאזן אויף א פאראייניגטע 'מסע הצלה', אפצוראטעווען די עולם התורה בארץ הקודש.

דעם מוצאי שבת וועלן זיך די גדולי ומאורי ישראל ארויסלאזן קיין אמעריקא, צווישן זיי ציילט זיך: מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, המשגיח הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א, און הגאון המקובל רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המוקבלים אהבת שלום. ואתם עמו וועט זיך אנשליסן הגאון האדיר רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבודקא וועלכע איז שוין דעם אנהייב וואך אפגעפלויגן קיין אמעריקא צו דעם וויכטיגן צוועק.

די היסטארישע נסיעה קומט אין ליכט פון דעם וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט צוליב דעם פרישן גיוס געזעץ, אפגעהאקט די געלט שטיצע פאר א גרויס טייל פון די ישיבות וכוללים און עס הערשט גרויס זארג אין די עולם התורה פון א טאטאלע צוזאמבראך היה לא תהיה. דערזעהנדיג דעם וואקעלדיגן צושטאנד, אין א קריטישן זמן פון 'עת לעשות להשם הפרו תורתך', וועלן זיך די סאמע גרעסטע גדולי וצדיקי הדור אנשטרענגען בטוטולי דאורחא, ארויסצופארן קיין אמעריקא און אויסשרייען צו די אמעריקאנע אידן: 'מי לה' אלי' און מזכה זיין דעם חרדישן אידינטום בארצות הגולה צו נעמען א פינאנציעלן טייל אין די גרינדונג פון דעם נייעם 'קרן עולם התורה', וועלכע וועלכע זאל זיין די רוקן-ביין פון די עולם התורה בארץ הקודש, אנטשאט די ציוניסטישע געלט-שטיצע.

די לעצטע פלענער פון די היסטארישע נסיעה ווערן אצינד אויסגעארבעט און אין די קומענדיגער טעג וועט געמאלדן ווערן די פונקטליכע סדר הנסיעה און די ענדגילטיגע ליסטע פון די גדולי ישראל, מי ומי ההולכים.

האלט מיט אלע ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די היסטארישע מסע ההצלה, דא אויף 'בחצרות הקודש'.



Kommentare


bottom of page