מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א.מ.ש
נאכפאלגענדיג די היסטארישע אויפדעקונג פונעם ארגינאלע צוואה הקדושה פון הרה"ק בעל בית אהרן מקארלין זי"ע, האט דער בארימטער שריפטשטעלער הרב טובי' פריינד הי"ו וואס איז א קארלינער חסיד, אריבערגעברענגט א קאפי פון דעם צוואה און עס געוויזן פאר כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דער בעלזא רב האט מעיין געווען אין דעם צוואה א לענגערע צייט און זיך אינטערסירט איבער די פרטים פון די צוואה און איבער די פלא'דיגע אופן ווי אזוי דער בית אהרן איז נסתלק געווארן געציילטע שעות נאכן שרייבן די צוואה. דער רב האט זיך אויך נאכגעפרעגט איבער די אפעראציע וואס דער בית אהרן איז אריבער הארט איידער די הסתלקות וואס ווערט דערמאנט אין די צוואה און איבער די באקאנטע סיפור וואס האט פאסירט נאכן דאווענען מעריב נאכן אפעראציע יענעם נאכט. ר' טובי' האט דערציילט די השתלשלות הענינים באריכות און אויך געצייגט די לעגאלע דאקומענט וואס איז בייגעלייגט צום צוואה און איז געשריבן אויף די רוסישער שפראך.
Comments