מאסן-צוזאמקום פון סאטמארער חסידים ביים דינער השנתי לטובת מוסדות סאטמאר בארא פארק
מיטוואך פרשת וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הלל ל"ש
דעם מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק וואו דער רבי האט אין לויף פון די נאכט באשיינט א רייכע מעמדים און מאורעות בקרב ק"ק סאטמאר אין שטאט, ובמיוחד דער דינער השנתי וואס איז אפגעהאלטן געווארן לטובת די סאטמארער מוסדות אין שטאט וועלכע ציילט טויזנטער תלמידים ותלמידות כ"י.
דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין די ריזן "עטרת חיה" זאלן אין הארץ פון שטאט בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א האט - צו דער זייט פון די רבני ודייני הקהילה - באשיינט בראש המסובים דער פילקעפיקער ציבור הורי המוסדות, וואס האבן זיך פארזאמלט כאיש אחד בלב אחד צום כינוס השנתי, מחזק צו זיין די הייליגע מוסדות.
דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, נאכגעפאלגט מיט דעם "דבר המוסדות" פון הרבני התורני ר' אהרן וועלץ הי"ו וועלכער האט אין זיין קורצע רעדע ארויסגעברענגט שטריכן איבער דעם רוחניות'דיגן בליה און וואוקס פון די הייליגע מוסדות, און ארומגערעדט בשבחם פון די כלי קודש, מגידי שיעור, מלמדים, מחנכים און מחנכות וואס לייגן כסדר אריין איבערמידליכע כוחות פאר די הצלחה פון יעדן תלמיד ותלמידה, ווי מען קען כסדר זיין אויף די הצלחה'דיגע פירות וואס די מוסדות גיבן ארויס.
א גאר רייכע תוכנ'טפולע דרשה, מיט פעלזן פעסטע יסודות החינוך הבנים והבנות, איז געהערט געווארן דורך הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, וואס האט מיט פאסיגע רייד ארויסגעברענגט אונזער תפקיד און פליכט ווען עס קומט צו חינוך הדורות.
צום הויכפונקט האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט כדרכו מקדים געווען א דרוש בפרשת השבוע משולב מיט עניני החזקת המוסדות, ומענין לענין האט דער רבי שליט"א דערמאנט די ימי שמחה וואס סאטמארער חסידים איבער די וועלט האבן מיטגעלעבט, ביים מסיים זיין מסכת בבא קמא במסגרת חבורת יסודי התורה, און מעורר געווען די חסידים תושבי בארא פארק זיך אנצושליסן אין דער חבורה, ארויסברענגענדיג דעם גרויסן תענוג רוחני ווען עלטערן, קינדער און אייניקלעך לערנען די זעלבע בלעטער גמרא, אויסער די גרויסע השפעות וואס דאס ברענגט בגשמיות וברוחניות.
אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען איבער דער שמירת עניני צניעות אין שטוב, פון קאפ ביז פיס, און ספעציעל פאר תושבי בארא פארק, וואס וואוינען נאנט צו אידן פון אנדערע קהילות, נזהר צו זיין און נישט נאכצולאזן קיין כל שהוא בעניני צניעות.
דער רבי האט דערנאך ארויסגעברענגט בשבח פון די מוסדות הקדושים אין בארא פארק, און אויפגעפאדערט די חסידים זיי צו שטיצן ברוח נדיבה. דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און דעם גאנצן פארזאמלטן ציבור.



























































































תגובות