top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרק הבונה: העפטיגע בוי-ארבעט צו פארדאפלען ביהמ"ד הגדול ביאלא אין ירושלים עיה"ק

מאנטאג פ' שופטים • כ"ט אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט הנאה און קורת רוח קוקן זיך צו חסידי ביאלא אין ירושלים עיה"ק די העפטיגע בוי ארבעט וואס רוישט זיך ביים שטח הבני' הארט נעבן דעם עקזיסטירנדן בנין ביהמ"ד הגדול ביאלא אין ירושלים, וואס ווערט דראסטיש פארדאפלט אונטער א מאסיוון פראיעקט פון נייעם גיגאנטישן פליגל.


דער נייער פליגל וועט דראסטיש פארדאפלען דעם עקזיסטירנדן בנין הביהמ"ד, מיט'ן צוגעבן גאנצע "צוויי דריטלעך" צו די יעצטיגע גרויסקייט, און וועט ברענגען אן אויסטערלישע הרחבה אין אלע חלקים פונעם בנין, סיי אינעם היכל הביהמ"ד, און באזונדער וועט אויפגעבויט ווערן פרישע גאלעריען פאר די בחורים און פאר די עזרת נשים.


נאך בחיים חיותו פון כ"ק אדמו"ר בעל מבשר טוב מביאלא זצ"ל איז די ערשטע פאזע פון די בוי ארבעט געלאזט געווארן אין גאנג, ווען מ'האט נאך זוכה געווען אז דער רבי ז"ל האט מיטגעהאלטן ווי די ערשטע טראקטארן קומען אן אויפ'ן ארט און הייבן אן גראבן די יסודות הבנין, איידער'ן אריינגעפירט ווערן די לעצטע מאל אין שפיטאל, וואו ער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים.


אין די נאכפאלגנדע חדשים האט ווייטער מארשירט די צוגרייטונגען צום פראיעקט, און אין די יעצטיגע טעג האט זיך אנגעהויבן די פאקטישע קאנסטרוקציע אויפ'ן שטח, וואו עס זעט זיך טעגליך אן מארשירנדע פראגרעס להקמת בית ה'.


דער שטח החדש גרעניצט זיך מיט'ן מזרח וואנט פונעם יעצטיגן היכל ביהמ"ד, און מ'וועט אראפנעמען דעם צד מזרח, און ווייטער ארויסבויען דעם היכל וואס וועט זיך אויסציען אויפ'ן גאנצן גרויסקייט פונעם שטח החדש, צוזאמען מיט פרישע גאלעריען. די ארבעט נעמט אריין דאס אראפגראבן צוויי שטאקן אונטער די ערד פאר די יסודות הבנין, און איינמאל דער בנין וועט שטיין גרייט, וועט מען זיך נעמען צו די צווייטע צענטראלע פאזע, אהערצושטעלן אין די צוויי אונטערערדיגע שטאק א נייער ריזן "היכל הטישן" פאר די טישן און גרעסערע מאורעות בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א.

Comments


bottom of page