דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי ואוהדי צאנז קלויזענבורג תושבי ארץ הקודש גרייטן זיך מיט התרגשות און ברויזענדע אש קודש צו מקבל זיין את פני הקודש פונעם אורח הגדול והרם, די רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט דעם קומעדיגע וואך אויף א היסטארישע און געהויבענע באזוך על אדמת ארץ הקודש, מאציל צו זיין מהודו והדרו אויף עדת צאן מרעיתו.
ווי שוין געמאלדן וועט די דאזיגע נסיעה 'והופע והנשא' דינען אלס מטרה צו שענקען די אות הוקרה והכרת הטוב פאר די נדיבי עם חסידי צאנז קלויזנבורג תושבי ארץ הקודש וועלכע שליסן זיך אן מיט סכומים אדירים לטובת די אויפבוי פון די גיגאנטישע נייע בניני הקהילה אין ירושלים און בני ברק וואס וועט אויפגעבויט ווערן מיט פראכט אלס אכסניא של תורה ותפילה און פאר די צרכי המוסדות, און תל תלפיות פאר חסידי צאנז קלויזנבורג אין ארה"ק.
די היסטארישע מסע הקודש וועט זיך אנהייבן דעם קומענדיגן זונטאג אויפדערנאכט פרשת כי תצא ווען דער רבי שליט"א אפפליען פונעם נוארק לופטפעלד קיין ארץ הקודש, און אויף צומארגנס מאנטאג לאנדן אין די לוד לופטפעלד. דער רבי שליט"א וועט תיכף צופארן צום אכסניא בגלילות ירושלים ווי די רבי וועט זיך אויפאהאלטן בשעת די ימי הביקור. דורכאויס די וואך וועט דער רבי אויפנעמען די חסידים נדיבי עם קודש וועלכע האבן זיך אנגעשליסן מיט די גרויסע סכומים לטובת די בניני המוסדות און וועלן האבן די גלעגנהייט אריינצוגיין אל הקודש פנימה איבערגעבן די תרומות הקודש און דערביי זיך מזכיר זיין בפתקא דרחמי לקראת די ימי הרחמים והרצון הקרבים ובאים.
צום הויכפונקט פון די נסיעה וועט מען האבן די זכיה צו די זעלטענע מתנה טובה, מיטצוהאלטן א פריוואטן שבת בבית המלך מיט'ן רבי'ן שליט"א שב"ק פרשת כי תצא אין א פראכטפולע האטעל אין מושב צפריה נעבן לוד, א שבת וואס אנטשפרעכט צו זיין א הייליגע איבערלעבעניש און חטיבה אחת פון קדושה והתרוממות עילאה בצל הקודש.
Commentaires