מסיבה שגדולי הדור מסובין בה • שמחת השבע ברכות לנכד האד' מתולדות אהרן און הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל
- בחצרות הקודש
- 26 בנוב׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 27 בנוב׳ 2024
דינסטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין
פארגאנגענעם ליל שישי איז פארגעקומען אין קרית יואל די שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, עב"ג הכלה נכדת הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל 'אגלי דבש', די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה צוגעשטעלט דורכן זיידן די קרית יואל'ער דיין.
בשעת די שמחה איז אנגעקומען זיך משתתף זיין ביי די שמחה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע האט מפאר געוועהן בראש המסובים און געטרינקען לחיים. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקי בית בלאזוב און דער דיין שליט"א האט אויפגעברענגט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות בהלכות שבת.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און דערנאך אין א באזונדערע ריקוד מיטן חתן און א מחול לצדיקים מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.






















תגובות