top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגע מעמד הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן לזכותו פון האד' מבעלזא דורך מתפלל ביהמ"ד 'היכל שמחה בונם'

דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

 

חסידי בעלזא תושבי אשדוד זענען נאכאלס אינטער רושם פונעם התרגשותדיגע מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעבען געווארן צום ביהמ"ד 'היכל שמחה בונם' דחסידי בעלזא אין שטאט, בנדבת לבם פון די חברי ומתפללי הבית מדרש לזכותו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. די ספר תורה האט מען אנגעהויבן שרייבן חודש אייר תשפ"ג בעת די שווערע תקופה ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז געוועהן שפיטאליזירט, אצינד האט מען זוכה געווען צו פייערן די גומרה של תורה ביום אסרו חג שבועות זמן מתן תורתינו.


דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר און איז געווען א הערליכער איבערלעבעניש פאר די הונדערטער משתתפים, אין בעפארברייטונג צום הכנסת ספר תורה איז אין די טעג בעפאר יום טוב שבועות פארגעקומען א מעמד "כתיבת האותיות" במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכע האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה און אנגעוונטשן ברכות לרוב פאר די עסקני וגבאי השטיבל און פארן נייעם דיין הביהמ"ד הרה"ג ר' אברהם חיים בערנשטיין שליט"א.


דער מעמד האט זיך אנגעהויבן דאנערשטאג אין די מיטאג-שעהן, ווען א גרויסן ציבור איז ארויפגעקומען אריינגעשרייבן די אותיות אין די נייע ספר תורה, צווישן זיי האבן זיך אנגעזען פילצאליגע רבני ואדמור"י העיר, ובראשם האדמורי"ם מפיטסבורג - מעליץ - שומרי אמונים - הגה"צ רבי יעקב לייפער ראש ישיבת פיטסבורג, הגה"צ רבי חיים פסח הורוויץ דומ"ץ בעלזא אשדוד און נאך פיל. נאכן תהלוכה ברחובה של עיר האט מען זיך אין ביהמ''ד פונדאסניי ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין, די דייני הקהילה האבן געזאגט די מזמורים און דערנאך אריינגעפירט דעם ספר תורה צום ארון הקודש


שפּעטער איז אפגעראָכטן געווארן די מסיבת לחיים רבתי לגמרה של תורה אין בית המדרש, ווי עס האבן זיך משתתף געוועהן די אורח הכבוד הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און זיין ברודער הרה"ג ר' חיים מאיר רוקח שליט"א וואס זענען געקומען באשיינען די מעמד לכבודה של תורה.


הרב שלום האט אויפגעטרעטן מיטן משא המרכזי לכבודה של תורה, און מאריך געווען בדיבורו איבער די גרויסער זכיה צו לאזן שרייבן א ספר תורה לזכותו פונעם רב שליט"א, באגלייט מיט דברי הדרכה צו מאכן די ריכטיגע כלי למעשה פון קבלת התורה, מיט קביעות עיתים לתורה מדי יום ביומו.


דערנאך האט הרב שלום פארטיילט לעקיך פאר די עסקני הספר תורה, און אלע קינדער און בחורים זענען א דורך ביי די ברודער הרב שלום און הרב חיים מאיר באקומען לעקיך, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט ניגוני בקשה לאריכות ימיו ושנותיו פונעם רב שליט"א בטוב ובנעימים, און ממשיך געווען מיט די ריקודין לכבוד התורה, וואס האט אנגעהאלטן במשך א לענגערע וויילע.






















Comments


bottom of page