מקץ שנתיים ימים: צווייטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל מבשר טוב בצל בנו מ"מ האד' מביאלא
- לפני 23 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
מיט רגשי קודש פון כיסופין און געגועים האבן חסידי ביאלא געפראוועט דעם יומא אריכתא ב' אייר יומא דהילולא תניינא פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל בעל מבשר טוב, לחזור ולשנן משנתו הטהורה און זיך מדבק זיין בדרכיו, בצל הקודש פון בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א.
שטייענדיג אונטער די רישומא דקדושה פונעם געהויבענעם שבת התוועדות, האט מען זיך בבוקרו של יום זונטאג אינדערפרי ב' אייר פארזאמלט אינעם ביאלא הויף אויף רח' יעקובזון אויף א יום קדוש מבואו ועד צאתו, אנגעהויבן מיט א ספעציעלע סדר לימוד דורך די הונדערטער בחורי חמד וועלכע האבן איבערגעפילט דעם היכל הביהמ"ד זיך פארטיפנדיג אין די סוגיות התורה א שעה פארן דאווענען, דערנאך תפילת שחרית וואו דער רבי האט פארגעדאוונט פארן עמוד, נאכגעפאלגט מיטן פת שחרית וואס איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה פארן גאנצן ציבור.
במשך די פארמיטאג שעה'ן איז דאס בית המדרש געווען איבערגעפילט מיט הונדערטער חסידים, אברכים און בעלי בתים וועלכע האבן אנטיילגענומען אין דעם "יום שכולו תורה", וואס איז ארגאנזירט געווארן, מיטן ציל עוסק צו זיין בתורתו הבהירה פונעם בעל ההילולא, אשר רחבה מני ים, ספעציעל האט מען זיך אריינגעטון אין די סוגיא פון "לא תחמוד" מיט ספעציעלע מראי מקומות ארויסגענומען פון די שיעורים וואס דער רבי זצ"ל האט איבערגעגעבן במשך השנים.
ביים אנהייב פונעם סדר הלימוד האט אויפגעטרעטן מיט דברי פתיחה הגה"צ רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א, בעל "פסקי תשובות" און א פלאמעניק פונעם בעל ההילולא, וועלכער בתוך דבריו ארויסגעהויבן א שבח והודאה פארן אויבערשטן אויף דעם וואס שטייענדיג גאנצע צוויי יאר נאך די הסתלקות האלט זיך נאך די גאנצע קהילה באחדות ובשלימות תחת הנהגתו פונעם רבי'ן שליט"א.
שפעטער ארום איינס אזייגער האט דער גאסט, הגאון הגדול רבי אשר ווייס שליט"א, גאב"ד "דרכי תורה", איבערגעגעבן א טיפזיניגע שיעור כללי אין די סוגיא פון "לא תחמוד" און מרחיב געווען במשנתו של בעל ההילולא. נאכן שיעור איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה און יורד געווען לפני התיבה.
א באזונדערע התרגשות האט געהערשט ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד. דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם גאסט בחדרו הפרטי און דערנאך זענען די אדמור"ים אינאיינעם ערשינען אין בית המדרש, וואו דער תולדות אהרן רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק בעניני התקשרות וביטול לצדיקים, און דער רבי שליט"א האט אים דאן ארויסבאגלייט מיט גרויס כבוד ביז צום קאר.
איידערן ארויספארן צום ציון הקדוש, איז דער רבי שליט"א אריבער אינעם פאליש פונעם בית המדרש, וואו עס זענען געווען אויסגעלייגט אלע קופות הצדקה פון די קהילה, און דער רבי האט בייגעשטייערט שיינע סכומים. דערנאך איז דער רבי אריבער צום ספעציעלן "יריד" וואו מען האט פארקויפט די אריבער הונדערט ספרי קודש פונעם רבי'ן זצ"ל פאר גאר ביליגע פרייזן, און זיך אנגערופן א סכום הגון פארן "ועד להוצאת ספרי המבשר טוב" צו קענען ארויסגעבן און דרוקן נאך נייע ספרים בקרוב.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן פוקד זיין דעם ציון הקדוש במרומי הר הזיתים בראש קהל חסידיו, עס האט געהערשט א געהויבענע אטמאספערע ווען דער רבי האט אנגעצינדן דעם "נר תמיד" און פארגעזאגט די מזמורי תהילים מיט גרויס התעוררות, זייענדיג מעתיר לישועת הכלל והפרט.
שפעטער נאכמיטאג בפניא דמעלי יומא האבן זיך הונדערטער חסידים געוואשן צו דער צענטראלער סעודת הילולא. לעת ערב איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור און זיך געוואשן צום סעודה, צו דער זייט פונעם רבי'ן אויפן אויבן-אן האבן באשיינט אויף א ברודער'ליכן פארנעם די ברודער'ס און שוואגער'ס פונעם רבי'ן שליט"א, דער שוואגער פונעם בעל ההילולא, הגה"צ רבי יוסף באב"ד שליט"א, מלפנים דומ"ץ בעלזא לאנדאן, און די פלאמעניקעס כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא הר נוף שליט"א ואחיו הגה"צ רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א, בעל "פסקי תשובות".
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות וכיסופין, און דער רבי האט מכבד געווען זיין עלטערן ברודער הגה"צ רבי דוד מאניש ראבינאוויטש אב"ד ביאלא המרכלים מיטן סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך כל קהלא קדישא הדין לזכר נשמתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, דערנאך האבן אלע ברודער'ס קינדער פונעם רבי'ן זצ"ל אינאיינעם געזאגט דעם קדיש דרבנן.
דער הויכפונקט פונעם טיש אעז געווען די לענגערע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וואו ער האט ארויסגעברענגט די פליכט פון יעדן חסיד זיך צו קלאמערן און זיך מדבק זיין אין די הייליגע דרכים פונעם בעל ההילולא, און מעורר געווען איבער די געוואלדיגע השפעות וואס מען קען פועל'ן ביום ההילולא בזכותו הגדול של אותו צדיק. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רבי דוד מאניש אב"ד ביאלא המרכלים.




































































