top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חָבוּשׁ עַל רֹאשְׁךָ פְּאֵרֶךָ • האד' מסטוטשין אנגעטון א קאלפיק לכבוד ל"ג בעומר

מאנטאג פ' בחוקותי • י"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


אין א היסטארישע שריט האט כ"ק האדמו"ר מסטוטשין שליט"א נעכטן ל"ג בעומר אנגעטוהן א קאלפיק כמנהג אבותיו הקדושים.


טראץ וואס די רבי שליט"א פלעגט נישט גיין אנגעטון מיט א קאלפיק, האבן די חסידים מפציר געוועהן ביים רבי'ן צו מחדש זיין דעם מנהג פון זיין הייליגן זיידן הרה"ק מסטוטשין זי"ע בעל 'מנחת יודא' ולמעלה בקודש, און אנטוהן א קאלפיק, 'חבוש על ראשך פארך'. די רבי שליט''א האט אלע יאהרן געהאט אין באזיץ א קאלפיק פונעם זיידן די סטוטשינער רב וואס די רבי האט אנגעטוהן בלויז איין איינציג מאל ברבים, ביים מעמד קידוש החמה ערב פסח שנת תשס"ט, און נעכטן ל"ג בעומר האט די רבי ווידער אנגעטוהן דעם קאלפיק לשם ולתפארת, כמנהג אבותיו.


דער גרויסער טאג ל"ג בעומר איז ווי באקאנט פון די שענסטע זמנים אין יאהר בחצר הקודש סטוטשין ווען די רבי שליט"א טוט אפרעכטן די עבודת היום אויף א געהויבענעם שטייגער מבואו ועד צאתו, דאס יאהר ל"ג בעומר איז געפראוועט געווארן א שמחה כפולה ווען מען האט אריינגעגעבן א ספר תורה צום נייעם ביהמ"ד הגדול סטוטשין אין בארא פארק, נדבת הרב יצחק וואלף הי"ו לזכר נשמתם פון די 45 קדושי מירון, די סעודה לגומרה של תורה איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד, און דער טיש לכבוד היום, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט כמידי שנה בשנה אריינגעלייגט א גרויס עבודה כדרכו. נאכן טיש טיש האט די רבי פארטיילט בייגעלעך כנמנהג ראזוואדוב.






תגובה אחת


מלך ביופיו תחזינה עיניך

אשרי הדור שזכינו לצדיק כזה, וכה נסתר הליכותיו...

לייק
bottom of page