מאנטאג פ' בשלח • ה' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

תלמידי קאשוי מכל השנים רבנן ותלמידיהון, וואס גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום היסטארישן ערשטמאליגן כינוס אהבת תלמידים", נעמען אויף מיט באגייסטערונג איבער די באשטעטיגונג פון דער גראַנדיעזער מעמד אדיר ומרומם, וואס וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן אויף א ריזיגן פארנעם דעם קומענדיגן זונטאג פר' תרומה ליל הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שאול בראך מקאשוי זי"ע, אינעם גיגאנטישן "דאגגעל גרינהאוז פלאזא". א ריזן איבער פינף-און-צוואנציג טויזנט סקווער-פיס קאמפלעקס, וואס געפינט זיך אינעם "ברוקלין נעווי יארד", צו אקאמאדירן די טויזנטער תלמידי וחסידי בית קאשוי, ביום הזה באו כאיש אחד בלב אחד, אין שפיץ פון מנהיג העדה הקדושה וריש מתיבתא קדישא כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א.
דער לאקאל אינעם ברוקלין נעווי יארד, איז פאסיג געאייגנט אפצורעכטן אזא געהויבענער היסטארישער מעמד אדיר ונשגב, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס געפינט זיך הארט נעבן די געגנטער פון ברוקלין, און דער "דאגגעל גרינהאוז פלאזא" זעלבסט איז דער פאסיגסטער קאמפלעקס איינצורישן אזא ריזיגער מעמד, א גיגאנטישער פעסטונג אויסצושטעלן דער היכל הגדול עס זאל זיין פאסיג איש על מחנהו ואיש על דגלו, אלע תלמידים פון אלע יארגענג מיט באשטימטע מקומות תחת קורת גג אחד, און אלע אנדערע דעטאלן וואס אזא ריזיגער כינוס נעמט אריין.
שטייענדיג עטליכע ווארן אפגערוקט פון דעם דערהויבענע איבערלעבעניש, זענען די הכנות ארויף צו די העכסטע פאזעס, זיך צו ריכטיג צוגרייטן און אראנדזשירן אלעס וואס פעלט זיך אויס צו קענען צונויפברענגען אזא גרויסער ציבור, אידן יראים ושלימים מדור העבר ביז צו די היינטיגע תלמידים. מטעם די עסקנים איז געווארן אויפגענומען דער מייסטער-אראנדזשירער מו"ה ר' יוחנן פליישמאן הי"ו פון די בארימטע "וויי-עף פראדאקשאן" פירמע, וועלכע האבן שוין אויף זייער רעפוטאציע צו אהערשטעלן די גרעסטע מאורעות ביים יהדות החרדית, צוגעשטעלט מיט די גרעסטע מאס הרחבה יעדן קליינעם דעטאל, מהחל ועד כלה. דער פראגראם ווערט אצינד אויסגעארבעט עס זאל זיין רייך, תוכנ'דיג, און געשמאַק, עס זאל ריכטיג דינען דעם צוועק פון שבח והודי' ולחזק מורשת הרבצת תורה בטהרה שוין איבער א יובל יארן.
זונטאג תרומה הבעל"ט כלל תלמידי קאשוי תחת קורת גג אחד!








Comments