top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עת כנוס • עצרות תפילה ארום אידישע וועלט לרפואתו המהירה פון האד' מסקולען בעת רצון ערב ראש חודש

זונטאג פ' דברים • כ"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

מַה לְּךָ נִרְדָּם קוּם קְרָא אֶל אֱלֹהֶיךָ


דעם היינטיגן טאג ערב ראש חודש וועלן אידן איבער די וועלט אויסנוצן דעם עת רצון איינצורייסן רחמי שמים פארן ספר תורה השרוי בצער, כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א הזקוק לרחמי שמים מרובים, אין אלע סקולענער בתי מדרשים וועט מען זיך היינט צוזאמקומען אויף מניני תהילים און תפילת יום כיפור קטן. דער צענטראלער עצרת תפילה והתעוררות מטעם ק"ק סקולען קומט פאר היינט נאכמיטאג אין די קאנטרי וואו צענדליגע טויזענטער אידן וויילן דורכאויס די זוממער וואכן.


די גרויסע עצרת וועט פארקומען אין די ראלי האטעל, וואס געפונט זיך אין צענטער פון די היימישע קאנטרי'ס, די מעמד וועט זיך אנהייבן  נאכמיטאג 1:30, מיט א דרשת התעוררות דורך דער מלהיב לבבות ישראל הרה"ג רבי יחזקאל ראפאפארט שליט"א ראש ישיבת תפארת ישראל אין לאנדאן, נאכגעפאלגט מיט אמירת תהילים און סדר יום כיפור קטן. די עקסנים גרייטן צו הונדערטער פלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור.


אין סקולענער ביהמ"ד אין מאנסי וועט מען זיך צוזאמקומען אום 6:00 נאכמיטאג וואו כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א וועט משמיע זיין דברי התעוררות איידער אמירת תהילים.


אין די צייט וואס כלל ישראל די בכל אתר ואתר טוהן מעורר זיין רחמי שמים מרובים בתפילות ותחנונים למען רפואתו השלימה פונעם סקולענער רבי'ן שליט"א, האבן מערערע אדמורי"ם מנהיגי קהילות הקודש איבער די וועלט דעם שבת מעורר געווען מתפלל זיין און געמאכט מי שברך לרפואתו השלימה.


כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א איז דעם שבת פאר מוסף ארויף אויפן באלעמער און משמיע געווען קורצע דברות קודש זאגנדיג אז די סקולענער רבי שליט"א דארף א גרויסע רפואה, און אין כוחנו אלא בפה זאל מען שטארק דאווענען לרפואתו פונעם רבי'ן וואס רבים צריכים לו ורבים נהנים ממנו עצה ותושיה, און דאן געהייסן זאגן אינאיינעם די פופצן שיר המעלות אין בתהילים מיט גרויס התעוררות.


כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט ביי קריאת התורה בבית מדרשו אין הר יונה געמאכט א מי שברך לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א.


כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א וועלכער איז דעם ערב שבת נאכמיטאג אנגעקומען אויף תפילת מנחה ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי לרגל ימי בין המצרים, האט נאך תפילת מנחה געהייסן זאגן מזמורי תהילים לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, מען האט דערביי געזאגט שיר המעלות ממעמקים פסוק בפסוק און די רבי שליט"א האט געמאכט א מי שברך לחולה.


כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א איז פארלאפאנעם ליל שישי אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים בראש קהל חסידיו אין אתרא קדישא מירון וואו מען האט איינגעריסן וועלן און אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים. ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט די רבי שליט"א שטארק מרעיש עולמות געוועהן לרפואתו פון די גרויסע ברודער די סקולענער רבי שליט"א, און ארומגערעט אז מ'בעט אז אלע מחלות זאלן ארויפגיין אויף די גויים און די צדיקים זאלן האבן א רפואה שלימה. ביי א ברית וואו די רבי האט היינט געדינט אלס סנדק בביתו נאווה קודש פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א האט די רבי אויך מזכיר געווען די ברודער לרפואה שלימה. 


אין אנדערע נייעס איז כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א אנגעקומען דעם ליל שישי באישון ליל צום ציון המצוינת פון אדמור"י בית סקולען אויפן בית החיים אין מאנסי מיט א מנין חסידים און איינגעריסן וועלטן לרפואתו השלימה פון אחיו הגדול מרן ישעי' יעקב בן רייזל בתוך שאר חולי ישראל.



Comments


bottom of page