דאנערשאג פ' שמות • כ"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
תלמידי וחסידי פאפא זענען איינגעהילט אין התרגשות, ווען אין די יעצטיגע טעג איז פארשפרייט געווארן די בשורה מרנינה ומרגשת, איבער די אויפבוי פון א נייע פראכטפולע בנין הכנסת אורחים אין שטאט חוסט אין אוקריינע, סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם ריש שושילתא קדישא הגה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע.
די היסטארישע נייעס ווערט באקאנט געציילטע וואכן, איידער די געהויבענע מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א גרייט זיך אונטערצונעמען קיין אייראפע, פוקד זיין די מקומות הקדושים פון די הייליגע צדיקים, לקדושים אשר בארץ המה, לרגל די יומא דהילולא פונעם הייליגן ויגד יעקב זי"ע ביום ב' אדר א', ווען דער רבי שליט"א וועט אויך אנקומען צום שטאט חוסט פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן ערוגת הבושם זי"ע.
די פראיעקט איז אונטערגענומען געווארן דורך וועד בוני חוסט, א געקליבענע צאל עסקנים ונדיבים בעם, וועלכע זענען אריינגעשפרינגען דערין לעשות נייחא לצדיקיא, און אוועקשטעלן א ישיבה על קברו, מיט ווארעמע אויפנאמע פאר די טויזענטער אידן וואס קומען אן יאר יערליך קיין חוסט פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן ערוגת הבושם זי"ע.
פארלאפענעם וואך זענען די עסקנים פון וועד בוני חוסט אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און צוגעוויזן די גענויע פלענער פארן רבי'ן, די בית המדרש און מקוה וואס וועט געבויעט ווערן, די חדרי לינה און גרויסע קאך צוצושטעלן אש"ל מלא אויפן שענסטן פארנעם.
דער רבי האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן די עוסקים במלאכת הקודש, און מאציל געווען מברכות קדשו מ'זאל זוכה זיין לברך על המוגמר בקרוב ממש, לטובת נשמת הצדיקים הקדושים וואס זענען נטמן אין די שטאט חוסט, ובראשם דער הייליגער זיידע הרה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע.
Kommentarer