top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ואכחיד את שלשת הרועים: תושבי בארא פארק וועלן זיך פארזאמלען אויף עצרת הספד על סילוקן פון דריי צדיקי ומאורי העיר

מיטוואך פ' כי תבוא • ט"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

תושבי עיר התורה והחסידות בארא פארק וועלן זיך מאסנווייז פארזאמלען מארגן דאנערשטאג אווענט אויף אן "עצרת רבתי" וואס ווערט פאררופן על פי קריאת הקודש פון די אדמור"י ורבני העיר, צו באוויינען די שרעקליכע טריפלטע אבידות שאין להם תמורות וואס די שטאט האט געליטן די לעצטע תקופה, מיט'ן אומגעהויערן פארלוסט פון דריי צדיקי ומאורי הדור, וועלכע האבן באלאכטן די שטאט באור צדקתם וקדושתם.


הגה"צ זקן המשגיחים רבי משה וואלפסאן זצ"ל אב"ד אמונת ישראל, כ"ק אדמו"ר בעל עבדא דמלכא מקאסוב זצ"ל, און כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל.


דער עצרת רבתי וועט אפגעהאלטן געווארן במעמד אלפי תושבי העיר, דאנערשטאג אווענט, אין די זאלן פון "עטרת חי'", וואו מ'וועט הערן מילי דהספדא בסילוקין של שלשת הרועים, און נתעורר ווערן לתשובה ולתיקון המעשים. עס וועלן אויפטרעטן מיט דרשות הספד קינה ונהי כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א, הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק.


מיט'ן משא העצרת וועט אויפטרעטן אורח הדגול פון ארה"ק, הגה"צ המשפיע מלהיב לבבות ישראל, רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, וועלכער וועט בקול בכי ונהי מעורר זיין דעם ציבור בעת חשכו המאורות, ובפרט וואס דער משפיע האט געהאט א גאר נאנטער קשר אמיץ מיט די אלע דריי צדיקים, להבחל"ח.


צום שלוס וועט מען הערן פרקי תהילים פארגעזאגט דורך הגה"צ המשגיח רבי דן סגל שליט"א.



Comments


bottom of page