top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אודך בקהל רב: געציילטע טעג צום היסטארישן "כינוס חסידי סאטמאר" כ"א כסליו אין "בארקלעיס" סטאדיום

עודכן: 17 בדצמ׳ 2024

מאנטאג פ' וישב • ט"ו כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


שטייענדיג בלויז געציילטע טעג אפגערוקט פון די היסטארישע געשעעניש במלכות סאטמאר, ווען רבבות אלפי ישראל תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן דעם קומענדיגן זונטאג מקץ זיך צונויפזאמלען תחת קורת גג אחד ביים "כינוס חסידי סאטמאר" ביום הצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע כ"א כסליו, שטורעמען די הערצער מיט רגשי גילה וחדוה און איבערגיסנדע שפאנונג, ווען עס ווערן שוין געמאכט די סאמע לעצטע הכנות אויף אלע פראנטן אינעם ריזן גיגאנטישן "בארקלעיס" סטאדיום וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס הייליגע פעסטונג פון קידוש שם שמים ווען צענדליגער טויזנטער חסידים וועלן דערינען אפגעבן א שבח והודאה להשי"ת על כל הנסים און זיך מחזק זיין במשנתו הטהורה פונעם בעל הנס זי"ע.


אין דער זעלבער צייט ווערן שוין ביסלעכווייז פארעפנטליכט די דראמאטישע דעטאלן פונעם זעלטן אינהאלטסרייכן סדר המעמד, וואס וועט אויף אן ערשטמאליגן באגריף פארמירן א העכסט קאלירפולע פראגראם פון שפאנענדע אויפטריטן און גייסטרייכע מאמענטן וואס וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור הרבבות דורכאויס די שעות של קורת רוח ותענוג רוחני.


צווישן די הויכפונקטן פונעם אווענט וועט אפגעהאלטן ווערן דער מעמד "מזקנים אתבונן", א דראמאטישע אויפטריט דורך הרבני החסיד הישיש ר' חיים יחזקאל שטיין שליט"א וועלכער האט זוכה געווען צו זיין א "הויז בחור" ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכער וועט שילדערן דעם "והיה ראשיתך מצער" ווען דער רבי זי"ע האט געעפנט זיינע הייליגע מוסדות תורה ויראה דסאטמאר על אדמת אמעריקע.


ר' חיים יחזקאל וועט אויפגערופן ווערן בכבוד הראוי דורך נכדו יקירו, דער שר הצדקה וחסד הרב ר' יואל לאנדא, מחשובי הורי ונדיבי המוסדות, וואס וועט אדרעסירן איבער די השפעה וואס דער רבי זי"ע האט משפיע געווען בכל קצוי תבל, און ווי דעם רבי'נס תלמידים שטייען ווייטער גרייט להרחיב גבולי הקדושה.


רייכע נאסטאלגישע מאמענטן ערווארט די טויזנטער משתתפים מיט די הייליגע אויסגעווייקטע "ניגוני קודש לבית סאטמאר" וואס וועט אראפגעזינגען ווערן דורך א רייכע כאר און ארקעסטרא פון די בארימטע "פרייליך באנד" אין שפיץ פונעם חסיד'ישן בעל מנגן ר' שלמה זלמן הורוויץ. דער נגינה מייסטער ר' חיים דוד דעסער וועט בעפאר יעדן ניגון דערציילן אינטערעסאנטע אנעקדאטן ווי אזוי דער ניגון איז געווארן קאמפאזירט.


אין דער זעלבער צייט פיבערן זיך די העפטיגע הכנות מקבל פנים צו זיין די הונדערטער מסירת נפש'דיגע מנהלי המוסדות על טהרת הקודש פון ארה"ק, ווען עס האלט שוין ביי העכער "130 מנהלים" וואס האבן זיך שוין אנגעשלאסן אינעם "מסע חינוך הטהור" צו באשיינען דעם "כינוס חסידי סאטמאר", ווען צוגלייך ווערן שוין געמאכט העפטיגע צוגרייטונגען פאר פייערדיגע מעמדי קבלת פנים ברחובות ניו יארק צו ענטפאנגען בכבוד הראוי די הונדערטער גיבורי חיל.


אין א בכבוד'דיגע צענטער אינעם סטאדיום ווערט אויפגעשטעלט א פרעכטיגע "צוועלף שטאקיגע בימת הכבוד" וואו עס וועלן מפאר כבוד זיין די "טויזנטער מרביצי תורה פון מוסדות סאטמאר" אין ניו יארק און ניו דזשורזי, אינאיינעם מיט די "הונדערטער מנהלי המוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, וואס וועט צייגן דעם כח אדיר פונעם צדיק אמת אוועקצושטעלן דעם ערליכן חינוך הטהור בדרך ישראל סבא.


אויף אן ערשטמאליגן פארנעם וועט לעבעדיג פארגעשטעלט ווערן דער אומגלויבליכער אויסוואוקס פון "סאטמאר אין אמעריקע", וועט מ'וועט ערשטהאנטיג הערן די אומגלויבליכע ציפערן פון די סאטמארע חינוך אימפעריע, פרעזענטירט דורך די סאטמארער אדמיניסטראטארן וראשי הנהלה, ר' חיים יצחק מאנדל וויליאמסבורג, ר' משה אלי' עסטרייכער קרית יואל, ר' בערל לעפקאוויטש בארא פארק, ר' שלמה זלמן רייזמאן מאנסי, ר' עוזיאל פליישמאן קרית יטב לב, ר' משה נפתלי וואלדמאן לעיקוואד.


מטעם די וועד הכינוס איז געמאלדן געווארן דער באשלוס פון די פאליציי נישט צו לאזן בלאקירן די גאסן פאר פארקינג, און עס וועט נישט זיין קיין פארקינג, נאר אלע משתתפים וועלן דארפן קומען מיט די "פובליק טראנספארטאציע" אפאראט וואס ווערט געניט אויסגעארבעט צו ברענגען דעם ציבור פון אלע געגנטער דורך א מאסיווע פלאטע פון הונדערטער באסעס, אדער איז פארהאן די מעגליכקייט פאר תושבי וויליאמסבורג און בארא פארק צו קומען מיט די באן.


די עסקנים פון די "טיקעט אויספארקויף" צענטערן טוען אויסדרוקן זארג איבער דעם גענצליך אומפאראויסגעראכטענעם בליץ-שנעלן פארקויף, און מען זוכט אלטערנאטיוון אויפצוקומען מיט א פלאן מוסיף צו זיין על העזרות. די עסקנים זיצן יעצט אויף העפטיגע באראטונגען צו קענען מסדר זיין גענוג זיצן פאר די צענדליגער טויזנטער חסידים פון אלע שטעט, און ספעציעלע כוחות ווערן אינוועסטירט צו קענען יעדן מסדר זיין על מחנהו ודגלו על צד היותר טוב.


הנה ימים באים – גדול יהיה כבוד הכינוס הזה לה' ולתורתו




Comments


bottom of page