top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע מסיבת שבע ברכות פאר תומכי 'מפעל קמחא דפסחא' דק"ק וויזניץ אין אלעד באשיינט דורך האד' מוויזניץ

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 15 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 15 בפבר׳

מוצאי שבת פ' יתרו • י"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


אן אייגנארטיגע שבע ברכות איז פארגעקומען פארלאפענעם מאנטאג לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ספעציעל געאייגענט פאר א געקליבענער צאל קרואי מועד נדיבי עם קודש וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת דער 'מפעל קמחא דפסחא' אין ק"ק וויזניץ אין אלעד, לכבודו פונעם עומד בראש המפעל הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד בנישואי בתו למזל טוב.


די מסיבה איז פארגעקומען אין די זאלן פון בנין בית וויזניץ, ווי די גרויסער זיידע דער רבי שליט"א האט מפאר געווען בראש, אין לויף פון די מעמד האט מען געזינגען ניגוני שמחה און שבח והודאה, און מען האט געהערט א שיינע דרשה פונעם מחותן הגה"צ אב"ד וויזניץ אלעד שליט"א.


בהדרת כבוד האט מען ענטפאנגען פני קדשו פון הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פאנאוויטש, מיט וועם דער רבי האט פארפירט א שמועס איבער זיין קשר צו צדיקי בית וויזניץ, וואו ער האט נאך זוכה געווען לחזות בפני קדשו פון הרה"ק בעל דמשק אליעזר זי"ע, דער ראש ישיבה האט אנגעוונטשן דעם רבי'ן שליט"א א רפואה שלימה, און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיט די חתן און מחותנים.


 דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש וואו דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גרויסע זכות צו שטיצן אידישע קינדער מיט צרכי הפסח בהרחבה, און ספעציעל זיך באדאנקט פאר בנו חביבו הגה"צ אב"ד וויזניץ אלעד שליט"א, און אלע חשובע עסקנים וואס גיבן זיך אוועק פאר די חשובע צוועק.


דער בעל מנגן בנש"ק הרב מאיר אדלער הי"ו האט געזונגען גאר הארציגע דברי חרוזין זייענדיג משלב דער ענין פון קמחא דפסחא, מיטן צפייה לישועה וואו מען קוקט אויס לבריאות גופו הטהור פונעם רעיא מהימנא קדישא דער רבי שליט"א. נאכן בענטשן זענען אלע משתתפים דורך אל מול פני הקודש, וואו דער רבי האט פארטיילט א חלה דעקל אלס מנחת הוקרה באגלייט מיט ווארימע ברכות. בשעתן אריבערגיין איז זיך געקומען משתתף זיין כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א מיט וועם דעררבי האט ארומגעשמועסט איבער אדמור"י בית סקולען, און דערנאך אנגעהויבן דער סקולענער ניגון 'תפן אלינו ברחמים' וואס מען האט איבערגעזונגען א לענגערע וויילע מיט גרויס התעוררות.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree


Comentários


bottom of page