אומפארגעסליכע שבת התכנסות פאר ילדי איחוד תשב"ר דחסידי טאהש ברחבי תבל בצל הקודש אין קרית טאהש
- בחצרות הקודש

- 17 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 18 בפבר׳
מאנטאג פ' משפטים • י"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

פארגאנגענער וואך איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע שבת התכנסות פאר די הונדערטער צאן קדשים חסידי טאהש וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חברות תהילים אין די בתי מדרשים ברחבי ניו יארק און קאנאדע כתקנת הקודש פון הרה"ק מטאהש זי"ע וועלכער האט כידוע געלייגט א שטארקן דגוש און האט אין יעדן געלעגנהייט געפאדערט פון די חסידים דעם ענין פון אמירת תהילים.
די טייערע ילדי החמד פון איבער גרעיטאר ניו יארק האבן אצינד געהאט די זכיה צו מיטהאלטן א שבת אין טאהשער שטעטל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע האט געשאנקן אויפמערקזאמקייט פאר די צעירי הצאן דורכאויס גאנץ שבת. שבת באטאג האבן די קינדערלעך מיטגעגעסן די סעודת שבת אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א על שולחן מלכים, וואו דער רבי האט מכבד געוועהן מיט די זמירות די מנהלי חברות תהילים. שפעטער מוצאי שבת האט דער רבי באשיינט די מעמד פאר אלע ילדי איחוד תשב"ר, נאכן מיטהאלטן די דערהויבענע שבת בצל הקודש, דער רבי האט משמיע געווען דבקות קודש, און דערנאך געטיילט פאר די קינדער בטבעות לשמירה און די הערליכע "תהלים עבודת משולם פייש" אלס א מתנה.




















תגובות