מונטאג פ' בהעלתך - ט"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות
תושבי בארא פארק התעוררו התעוררו, כי גדול בקרבך כבוד התורה
יהדות בארא פארק גרייט זיך מיט התרגשות דקדושה און חדות התורה צו אנטפאנגען דעם אורח הגדול והרם פון ארץ הקודש, מרן ראש הישיבה הגאון האדיר ר' דוב לאנדא שליט"א מזקני גדולי הדור, וועלכער וועט מארגן מאנטאג אנקומען אויף א ביקור קודש אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, לשמחת לב אלפי תלמידיו ומעריציו.
דער ראש ישיבה וועלכער שטייט אין שפיץ פון די בארימטע סלאבאדקע ישיבה אין ארץ ישראל, איז היינט זונטאג אנגעקומען קיין אמעריקע צו באשיינען די היסטארישע מעמד אדירי התורה לחיזוק לומדי תורה ומחזיקי תורה וואס קומט פאר היינט נאכט אין פילאדעלפיע. לבקשת אלפי תלמידיו יוצאי ובוגרי הישיבה בארץ הקודש, וואס וואוינען דא אין ניו יארק, איז דער ראש ישיבה פארבעטן געווארן צו אפשטאטן א געהויבענע באזוך אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, און משמיע זיין מדברי תורתו לכל עדת צאן מרעיתו אחינו שבערי הגולה.
מארגן מאנטאג וועט דער ראש ישיבה מופיע זיין בהדרו אין שטאט בארא פארק, אכט דרייסיג אויפדערנאכט וועט פארקומען די מעמד קבלת פני רבו, ווען דער ראש ישיבה וועט אויפטרעטן מיט א טיפזיניגע שיעור בפלפול ואגדה, און משמיע זיין דברי חיזוק והדרכה פארן יהדות החרדית בערי הגולה.
די היסטארישע מעמד וועט פארקומען אינעם ריזן בית ק-ל שוהל אויף די פופצנטע עוועניו במקהלות אלפי ישראל זקנים עם נערים, לומדי תורה וחובבי תורה, די עסקנים טוען אצינד אויסארבעטן אלע דעטאלן צו קענען אויסשטעלן דעם היכל מיט די מאקסימום פלעצער, צו פארזיכערן דעם כבוד התורה אויפן העכסטן שטאפל, גדול יהיה כבוד המעמד הזה לכבודה של תורה ולומדיה.
Comments