top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקולען באזוכט בבתי אדמור"ים אין שטאט בארא פארק | בילדער גאלעריע

מיטוואך פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י., ארי פריינד, JDN

 

אין די יעצטיגע טעג טוט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ארומגיין בבתי האדמורי"ם אין בארא פארק, מקבל צו זיין ברכת קדשם נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת אלס ממלא מקומו פון אביו הגדול הרה"ק מסקולען זצ"ל.


פארלאפענעם דאנערשטאג איז דער רבי געווען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. נעכטן נאכט האט דער רבי באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועלכע האט אויפגענימען דעם רבי'ן שליט"א בכבוד והערצה. בשעתן באזוך האט דער סקולענער רבי געשריבן און איבערגעגעבן א קוויטל און באטאנט אז ער איז שוין דער פערדע דור וואס קוויטעלט זיך ביים מונקאטשער רבי'ן שליט"א צו לאנגע געזונטע יאהרן, אנגעהויבן פונעם עלטער זיידן דער נועם אליעזר וועלכער האט זיך מזכיר געוועהן בפיתקא ופדיון ביים מונקאטשער רב טראץ זיין יונגן עלטער. פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכע האט גאר ווארעם געוואונטשן דעם רבי'ן ער זאל קענען פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער.


היינט פארמיטאג איז דער רבי געווען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די קשרי ידידות פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל מיט אדמור"י בית באבוב, און דער רבי שליט"א האט זיך באדאנקט פאר'ן באבובער רב שליט"א אויף די מערערע אונטערווענצן וואס דער רב שליט"א האט געשתדל'ט למען רפואתו פונעם סקולענער רבי זצ"ל.





Comments


bottom of page