top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור ביי שמחת הברית לנכד האדמורים מאמשינוב און דאראג פארגעקומען אין בני ברק

זונטאג פ' ויצא • ל' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: דוד ארזני

 

דעם דאנערשטאג האט כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א מופיע געווען בהדרו אינעם שטאט בני ברק לרגל די שמחת הברית פון א איר אייניקל, אן אייניקל ביי חתנו הרה"צ רבי עקיבא קליין שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב מרדכי ראזנפעלד זון פון הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א.


ביים ברית איז די זיידע די דאראגער רבי מכובד געווארן מיט סנדקאות, און די אמשינובער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט די ברכות און קריאת השם, ויקרא שמו בישראל אברהם נאכן רבינ'ס שווער - חותן המלך כ"ק אדמו"ר מלובלין זצ"ל, מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן די פעטער הרה"צ רבי מרדכי קליין מוואשרהעלי, און עמידה לברכות די פעטער כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב שליט"א.


נאכן ברית האט נאכגעפאלגט די סעודת ברית אינעם זאל אין בנין ביהמ"ד הגדול דאראג מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ותלמידי הישיבות הקדושות, און פילע חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק וואס האבן באלאגערט דעם ביהמ"ד לחזות בצל הקודש בזמן שהצדיק בעיר, די אדמורי"ם האבן טועם געווען פון די מאכלים און געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, מען האט געזינגען יום ליבשה און די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח. נאכן בענטשן האבן זיך די רבי'ס געזעגענט לשלום, און די אמשינובער רבי איז צוגעפארן אויף א באזוך צו שאר בשרו און מחותנו כ"ק אדמו"ר מאופאלע שליט"א אין בני ברק.

































Comments


bottom of page