דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
נאך וואס מיט עטליכע יאר צוריק איז באשטעטיגט געווארן א שטח אדיר פאר חסידי וויזניץ אין שטאט אשדוד אויפצובויען א גיגאנטישע קרית החינוך וואס וועט פאררופן ווערן לשמו ולזכרו פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויז'ניץ זיעוכי"א, איז די וואך געפראוועט געווארן די גראנדיעזע מעמד הנחת אבן הפינה און התחלת הבניה בראשות כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וואס איז געוועהן צוגאסט אין שטאט אין ראם פונעם מסע הקודש "מלך במלוכה". די מעמד איז אפגעראכן געווארן אויפן שטח הבנייה מיט די השתתפות פון טויזענטער חסידי וויז'ניץ און תושבי העיר אשדוד.
די הערליכע מעמד באגלייט מיט פרקי שיר פון די בארימטע וויזניצע מקהלה איז געעפענט און אנגעפירט געווארן דורך הר"ר אפרים פישל וויזל הי"ו די מנהל המוסדות אין אשדוד, אויך האט די מנהל התלמוד תורה אין שטאט הרב מאיר יעקב גרינפלד הי"ו אויפגעטרעטן מיט התרגשותדיגע דיבורים צו אזא היסטארישע מעמד.
מיט ווערטער פיל מיט הכרת הטוב האט די יו"ר הר"ר אפרים פישל אויפגערופן די שטאטישע מאיאר יחיאל לסרי צו רעדן אפאר ווערטער, די מאיאר האט מיט התרגשות ארויסגעברענגט זיינע געפילן צו שטיין צו די האנט פאר די הייליגע וויזשניצע קהילה אין שטאט און ארויסהעלפן בהרחבת גבולי הקדושה, ספעציעל האט ער זיך באדאנקט פארן רבי'ן שליט"א פאר די פולע חיזוק און ברכות און וואס ער האט איבערגעלאזט אין שטאט אשדוד און באלאכטן די גאנצע שטאט.
די הויכפונקט פון די מעמד איז געווען די דברי אלוקים חיים וואס מען האט זוכה געווען צו הערן פון די רבי שליט"א, וואס האט מרחיב געווען במשנתו הטהורה פון זיין טאטע הרה"ק בעל ה'ישעות משה' זי"ע און אויסגעדרוקט משאלות לבו הטהור אז עס זאל זיך אויפשטעלן אין אשדוד א פרישע דור וואס וועט גיין בדרכיו ובמשנתו הטהורה אין די בנינים וואס מען לייגט יעצט די גרונדשטיינער צו בויען ברוב פאר והדר לשם ולתהלה.
אזוי אויך האט די רבי שליט"א ספעציעל געווידמעט דברי ברכה און הכרת הטוב פאר די מאיאר וואס געבט זיך אוועק פאר די קהלה בכלליות און בפרט מיט פארזיכערן די שטח, די רבי שליט"א האט משמיע געווען ברכת קדשו ברבים אז די מאיאר זאל קענען ווייטער דינען לאנגע יארן און ארויסהעלפן אידן להגדיל תורה ולהאדירה אין שטאט אשדוד, אויך האט די רבי שליט"א זיך ווארעמהארציג באדאנקט פאר אלע חשובע עסקנים וואס האבן זיך איבערגעגעבן ימים ולילות פאר די עבודת הקדוש צו בויען די בניני המוסדות.
א סקרוך איז אדורך אין יעדעמס ביינער ווען די רבי שליט"א האט נאך די ניגוני התעוררות זיך אויפגעשטעלט אריינצולייגן די אבן היסוד פאר די בית הגדול והקדוש, דערנאך האט מען אויך מכבד געווען די רבני און נכבדי העיר אריינצוגיסן די אבן הפינה. דערנאך האבן זיך די טויזענטער חסידים געהויבן מיט התלהבותדיגע ריקודין אז מען האט זוכה געווען שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה.
Комментарии