טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן שוה"ט וריקודין לכבוד ט"ו באב בצל האד' מתולדות יהודה בקרתא דשופריא
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהודה ווייס
טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן לענגאויס ארה"ק האבן נעכטן אין דעם גרויסן טאג פון חמשה עשר באב מיטגעהאלטן דעם שולחן הטהור און ריקודים של שמחה וואס ווערט אפגעראכטן יאר יערליך אין עיה"ק ירושלים דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א בזמן שהצדיק בעיר ווען דער רבי וויילט בקרתא דשופריא כמנהגו יעדעס יאר אין לויף פון די זומער חדשים.
דער מעמד וואס איז פון די הויכפונקטן פונעם יאר בחצר הקודש תולדות יהודה, איז פארגעקומען אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן ביים סעמינאר אויף רח' מנחת יצחק און איז ווי תמיד געווען א געהויבענער איבערלעבעניש פאר די ריזיגער ציבור וואס האט איבערגעפילט דעם שאטער עד אפס מקום און מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן, אנגעהויבן פונעם עריכת שולחן הטהור און סעודה לכבוד היום, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה מעניני דיומא און פארטיילט שיריים פאר די רבנים ואנשים חשובים, און דערנאך די ריקודי קודש נאך ברכת המזון, וואס האט זיך אריינגעצויגן ביז שפעט אין די נאכט אריין, ווען דער רבי שליט"א רעכט אפ די ריקודין נלהבין אין צענטער פונעם שאטער, און שלעפט מיט דעם גאנצן ציבור אין א התלהבות של שמחה, וינועו אמות הסיפים.
פריער אין טאג איז דער רבי שליט"א געווען אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי וואו מען האט מעתיר געווען בעד הכלל והפרט אין דעם גרויסן טאג. מעבר לים אין בארא פארק איז פארגעקומען א גרויסארטיגע סעודה לכבוד היום אין ביהמ"ד הגדול דקהל תולדות יהודה, בראשות דעם רבינס עלטסטן זון הגה"צ רבי שמואל יהודה זילבער שליט"א אבד"ק אמונת ישראל, וועלכער האט משמיע געווען דברי תורה און דאן זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין בתופים ובמחולות.





































