היסטארישער מקח אויף ריזן 22 אקער-לאנד שטח אין ניו ווינדזאר פאר אייגענע אכסניא של ישיבות גדולות ד'סקווירא מחוץ לשיכון
- בחצרות הקודש
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט איבערגליקליכע שמחת הלבבות ווערט אויפגענומען ביי חסידי סקווירא בכל אתר ואתר די בשורה מרנינה איבער א היסטארישער מקח אין וואס מ'איז בשטועמ"צ אריינגעגאנגען אין די יעצטיגע טעג, אפצוקויפן א ריזן גיגאנטישן שטח אין ניו ווינדזאר, וואס וועט דינען אלס אייגענע אכסניא של תורה, פאר די סניפי ישיבה גדולה וואס זענען ביז היינט געווען קווארטירט אין געדינגענע לאקאלן אינדרויסן פון שיכון.
די נעץ פון די סקווערע ישיבות גדולות, תחת דגלו והדרכתו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, איז כהיום פארצווייגט מיט מערערע סניפים פון הערליכע ישיבות לשם ולתפארת, מיט באזונדערע אפטיילונגען פאר אלע יארגענג וואו די פילע הונדערטער תלמידים שטייגן בתורה ויראת שמים.
אין שטעטל גופא פונקצינירן די דריי ישיבות "ברכת יעקב" און "ברכת יוסף", און די מתיבתא פאר די עלטערע בחורים. באזונדער איז פארהאן די ישיבה "קול יעקב", מיט דארמארטארי, וואס איז ביז היינט געווען איינקווארטירט אין א געדינגענעם לאקאל אין נייטרא מאונט קיסקא, און ווי אויך איז פארהאן איין מתיבתא אפטיילונג פאר די עלטערע בחורים, די ישיבה "מאור יעקב" אין א געדינגענעם לאקאל אינדרויסן פון שיכון.
בפקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א האבן די געטרייע הנהלת הישיבה זיך אריינגעלייגט די לעצטע שטיק צייט צו אפירזוכן א פאסיגן מקום רחבת ידים, וואו מ'זאל קענען אריבערפירן די ביידע ישיבות וואס געפינען זיך אין געדינגענע לאקאלן, אז זיי זאלן זיך געפינען אן אייגענעם אכסניא של תורה, און ענדליך קענען קומען אל המנוחה ואל הנחלה.
מיט עטליכע חדשים צוריק האבן די עסקנים מצליח געווען צו טרעפן א גיגאנטישן שטח פון 22 אקער-לאנד אין ניו ווינדזאר, וואס געפינט זיך ממש נעבן די סטוארט לופטפעלד, און איז נישט צי ווייט פון שיכון סקווירא, א שטילער און באשיידענער פלאץ אין די אפסטעיט געגנטער, וואס איז גאר פאסיג אויסגעשטעלט פאר'ן באנוץ פון א ישיבה גדולה, זייענדיג ביז היינט באנוצט פאר א פובליק שולע, און פארמאגט שוין פארטיגע גרעסערע בנינים מיט גרויסע זאלן און היכלים.
פארגאנגענעם ענדע וואך, ביי אן ענגע אסיפה בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, האט דער רבי שליט"א ממנה געווען א ספעציעלע "וועד העסקנים", וואס נעמט אריין די חשוב'ע מנהלי הישיבה און נאך עסקנים דגולים במערכת החינוך אין שיכון סקווירא, וואס זאלן זיך אפגעבן מיט'ן היסטארישן מקח, אפצוקויפן דעם נייעם גיגאנטישן "קרית הישיבות" אין ניו ווינדסאר.
דער שטח קאסט אפ די מעגא סומע פון 13 מיליאן דאלאר, און איינמאל דער מקח גייט אריבער, וועט מען זיך תיכף נעמען דורכפירן די העפטיגע רענאוואציעס אויף די עקזיסטירנדע בנינים, מיט א האפענונג עס זאל שוין אריינגיין אין באנוץ צום קומענדיגן זמן החורף תשפ"ו בשעה טובה ומוצלחת.






