top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ומרדכי יצא: מעמד "צאתכם לשלום" פאר הרה"צ ר' מרדכי זאב שליט"א בן זקונים פון האד' מדושינסקיא

מאנטאג פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער - JDN

 

בחצר הקודש דושינסקיא איז פארלאפענעם מוצש"ק אפגעראכטן געווארן א הארציגער מעמד "צאתכם לשלום" לכבודו פון בנו חביבו ובן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, הרה"ג רבי מרדכי זאב דושינסקיא שלט"א מראשי מרכז הכוללים תרביצ"א דחסידי דושינסקיא, לרגל זיין ארויספארן און קובע משכנו זיין אין שטאט בארא פארק, בעיר מגורת חותנו הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א.


דער מעמד איז געווארן קאמבינירט מיט א מסיבת הכרת הטוב, דורך די צענדליגער ראשי ומנהלי מפעלי התורה והחסד אינערהאלב ק"ק דושינסקיא, לכבודו פון רבי מרדכי זאב, וועלכער שטייט אין שפיץ פון די אלע פראיעקטן, און צוגלייך האבן אנטיילגענומען די אלע רבני הקהלה און מנהלי המוסדות דושינסקיא מרחבי הארץ אויסצודריקן רגשי הוקרה פאר רבי מרדכי זאב וואס ידיו רב לו מיט פעולות נמרצות להגדיל תורה ולהאדירה.


דורכאויס דעם מעמד האט מען געהערט פאסיגע דרשות דורך די מנהלי ועסקני המפעלים, צווישן זיי פונעם יו"ר הנהלת "קופת הקודש", די פריוואטע צדקה קאסע פונעם דושינסקיא רבי שליט"א, יו"ר וועד שיעורי תורה "חלקינו בתורתך", יו"ר ארגון "שמחת המועד", יו"ר ארגוני "מנוחה ושמחה", און נאך.


דערנאך האט מען געהערט די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, בשבח בנו חביבו וועלכער איז אלע יארן געשטאנען גרייט אלס רוח החיים פון די פעולות חובקות זרועות עולם, און אויך אפגערייזט צו די מרחקים לטובת די נייע אויפבליענדע קהילות פון דושינסקיא אין צפת און אין הר יונה. דער רבי שליט"א האט באטאנט אז מ'שיידט זיך נישט, נאר ר' מרדכי זאב פארט ארויס קיין אמעריקע ווייטער אויפצוטרייבן די אסטראנאמישע סומעס פאר די מפעלי התורה והחסד.


דער רבי שליט"א האט ווייטער ממשיך געווען בשבחם פון די פארזאמלטע עסקנים העוסקים בצרכי ציבור באמונה, שלא על מנת לקבל פרס, דערמאנענדיג צווישן אנדערן לדוגמא די ארגון "מנוחה ושמחה", וואס פארמאגט אונטער זיך ארום 200 וואלונטירן איבער'ן לאנד, וואס אראנדזשירן שבתות שבע ברכות אויף אויפרוף פאר אלע משפחות אנ"ש פאר ביליגע פרייזן שוה לכל נפש, וואס שיינט אלס איינע פון די שענסטע חסד ארגאניזאציעס איבער די וועלט, ווען די וואלונטירן זעלבסט געבן זיך אפ מיט'ן אהערשטעלן די שמחה, און די סעודות שבת ווערן אפגעקאכט ביי צענדליגער הייזער פון די עסקני הארגון.


נאך די דברות קודש איז דער רבי אראפ אין צענטער פון זאל און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט בנו חביבו, און דערנאך אויסגעברייטערט דעם רינג מיט'ן ארייננעמען אלע עסקנים, אפרעכטנדיג מיט זיי א געהויבענע ידידות'דיגע טאנץ וואס האט זיך פארצויגן ביז א שפעטע שעה.



Comments


bottom of page