top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ותעל שועתם: רבבות ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן אויסגעשריגן זעקת הגיוס ביי מחאה אדירה בחוצות ירושלים עיה"ק

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי, דוד ארזני

א היסטארישער יום זעקה ומחאה איז אריבער דעם היינטיגן טאג בעיר הקודש ירושלים ביים מעמד הרבבות "קול שועתם", ווען צענדליגער טויזנטער אידן מכל קצוי ארה"ק האבן באלאגערט די גאסן פון ירושלים, בראשות רועי ומנהיגי עדת ישורון מרנן ורבנן אדירי התורה וחסידות גדולי וצדיקי הדור, אויסצושרייען דעם טיפן ווייטאג וואס ברענט אין די הערצער פון אידן איבער דער גאנצער וועלט פון די ביטערע גזירות ורדיפות על הדת קעגן בחורי ישראל, און אויסשרייען די אומבויגזאמע פשרה'לאזע שטעלונג פונעם יהדות נאמנה נישט איינצוגיין ח"ו אויף קיין שום פשרות.


די צענטראלע בימת הכבוד איז געווען ביים צונויפטרעף פון די גאסן ירמיהו און בר אילן, און פון דארט האט זיך צושפרייט אן אומגלויבליכע אויסגיס פון צענדליגער טויזנטער אידן וואס האבן שווארץ געמאכט די גאסן פון עלי הכהן, בר אילן, צפניה, ירמיהו, מוחה צו זיין כדת של תורה און מיטהאלטן דעם כינוס אדיר לשם שמים.


אויף די לאנגשטרעקיגע צוויי שטאקיגע בימת הכבוד איז געווען אויסגע'שורה'ט הונדערטער אדמורי"ם ורבנים, ראשי ישיבות מורי צדק ויושבים על מדין פון אלע שיכטן און קרייזן, מכל פנות ומחנות.


דער עצרת האט זיך אנגעהויבן ארום 6:30 אווענט דורך די הימל שפאלטענדע אמירת הסליחות דורכ'ן ציבור הרבבות.


דער מעמד איז געעפנט געווארן דורכ'ן יו"ר הרה"ג ר' ברוך שווארץ שליט"א מראשי ישיבת אור תורה ירושלים ומו"ץ לשכת אוצר הפוסקים. באזונדער איז געווען א יושב ראש צוגעפאסט פאר די ספרד'ישע קרייזן.


אנהייב האט מען געהערט די דרשות נלהבות פון הגאון רבי אברהם יחיאל אונא שליט"א פון די ליטווישע בני תורה קרייזן, און שפעטער האט מען געהערט די דרשה דורך הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר ביד"ץ עדה החרדית.


פייערדיגע דרשות האט מען געהערט פון די גדולי מנהיגי הספרדים, הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף, און הגאון הגדול רבי בנציון מוצפי שליט"א ראש ישיבת בני ציון וואס האבן פה אחד ארויסגעברענגט די ווייטאג פון יהדות ספרד איבער די שרעקליכע חורבנות פון בחורים וואס קומען אן אין שאול תחתית פונעם טמא'נעם מיליטער.


דערנאך האט מען געהערט דעם זעקת התורה פון הגאון הגדול רבי עזריאל אויערבאך שליט"א מנהיג פון די ליטווישע בני תורה קרייזן.


איינע פון די הויכפונקטן פונעם עצרת איז געווען דער דבר ה' ברמה פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות וואס האט אויסגעשריגן דעם וויי געשריי פונעם גאנצן יהדות החרדית, אז תורה הוא חיינו, און מ'וועט נישט מוותר זיין אויף אונזער לעבן בשום אופן, מ'האט זיך צאמגענומען צו אויסרופן קבל תבל ומלואה אז מ'וועט גיין מיט מסירת נפש און נישט מוותר זיין אויף קיין איין נפש בישראל, א פשרה אין דעם איז געפערליך, אל תירא ועל תערצו בפניהם כי עמנו קל.


דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון הגאון רבי בניהו שמואלי מראשי ישיבת המקובלים נהר שלום, און דערנאך פון הגאון האדיר ר' יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילות הפרושים וועלכער האט בדברים חוצבים ארויסגעברענגט די ווייטאג אז ס'איז בעצם א בושה אז מ'נעמט זיך צוזאם אויף אזעלכע דברים פשוטים, און דאס וואס מ'איז ליידער צוגעגאנגען צו אזא מצב פון אזעלכע גזירות נוראות, איז נאר דורך די אלע וואס האבן זיך מתחבר געווען צו די רשעים, על כאן באה אלינו הצרה הזאת.


הגאון הגדול רבי יצחק ראצאבי מגדולי הפוסקים בעדת תימן האט דאן משמיע געווען א דרשה נלהבה בחובת השעה, און צום שלוס האט דער פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א פארגעזאגט "קבלת עול מלכות שמים" מיט א חרדת קודש, ויענו כל העם אחריו מיט א קול אדיר וחזק וואס האט אפגעהילעכט בחוצות ירושלים.


דאן האט הגאון המקובל רבי יעקב עדס שליט"א פארגעזאגט פרקי תהילים און קבלת עול מלכות שמים מיט אן אומבאשרייבליכע התעוררות, און עס איז פארגעליינט געווארן די "החלטת העצרת". דערמיט האט זיך געשלאסן דער היסטארישער עצרת און זעלטענער התכנסות לשם שמים וואס האט ווידעראמאל דעמאנסטרירט דעם אנשטלאסענעם און זעלטענעם כח האחדות ביי כלל ישראל לביטול רוע הגזירה.צווישן די צענדליגער אדמור"ים, רבנים וראשי ישיבות וואס האבן זיך אנגעזעהן בשעתן עצרת זענען געווען: די שרי התורה חברי בית דין צדק העדה החרדית, די גדולי ראשי הישיבות פון בני תורה און די גדולי חכמי הספרדים.


האדמורי"ם מסלאנים, דושינסקיא, בוהוש, וויזניץ בית שמש, סאסוב, קרעטשניף ירושלים, נדבורנא ירושלים, משכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, שבט הלוי, וואסלוי, תורת חכם, שומרי אמונים ירושלים, חוג חתם סופר, טשארנאביל, דעעש ירושלים, טעמשוואר, ספינקא בני ברק, קרעטשניף טשערנאוויץ, סטראפקוב, זידיטשוב ווערצקי, קאסאני בית שמש, סטריקוב ירושלים, קאלאשין, ברעזאן, דינוב בית שמש, מבקשי השם


הרבנים הגאונים הצדיקים רבי משה קרמר ממנהיגי ברסלב, הגאון רבי צבי רבינוביץ ראש ישיבת באיאן, הגאון רבי נפתלי נוסבוים ראש ישיבת חיי משה, הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א, הרה"צ רבי דוד משה ראזענבוים אבד"ק קרעטשניף, הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אבד"ק טשערנאביל אלעד און הרבנים בני כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, הגאון רבי נתן קופשיץ רב שכונת נחלה ומנוחה אין בית שמש, המקובל רבי גמליאל רבינוביץ, המקובל רבי אבנר עפגין, הגה"צ רבי אלעזר שטערן גאב"ד מירון, הגאון רבי יוסף קדיש בראנסדארפער רב שכונת קנה בושם אין טבריה, און נאך פילע רבנים דיינים ומורי צדק.




bottom of page