top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בן האד' מסקווירא וועט באזוכן אין לאנדאן און מאנטשעסטער

מאנטאג פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


חסידי סקווירא אין ענגלאנד גרייטן זיך צו ענטפאנגען דעם חשובן גאסט, הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף א בליץ באזוך בקרב חסידי סקווירא אין ענגלאנד, לרגל די שמחת הברית מילה פון א אייניקל וואס קומט פאר דעם מיטוואך אין שטאט מאנטשעסטער.


הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א לאזט זיך ארויס היינטיגן מאנטאג אויפדערנאכט פון שיכון סקווירא, מארגן דינסטאג וועט ער אנקומען אין שטאט לאנדאן וואו ער וועט ארומגיין באזוכן די היכלי התורה והמוסדות דחסידי סקווירא.


מיטוואך צופרי וועט די חשובע גאסט אנקומען קיין מאנטשעסטער ווי עס וועט פארקומען די ברית פון נכדו, בן הנולד ביי זיין זוהן הרב יוחנן פנחס טווערסקי משפיע אין די סקווירא ישיבה אין לאנדאן איידעם ביי הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער בן הגה"צ ראש ישיבת וויז'ניץ שליט"א, די שמחה וועט פארקומען אין ביהמ"ד וויזניץ אין שטאט בהשתתפות פון פילע חסידי סקווירא תושבי מאנטשעסטער און לאנדאן. נאך די סעודת ברית וועט הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א באזוכן אין די סקווירא ביהמ"ד אין און די נייע תלמוד תורה אין מאנטשעסטער וואס וואקסט און בליהט לשם ולתפארת, נאכמיטאג וועט ער זיך צוריק קערן אהיים קיין ניו יארק.



Comments


bottom of page