האד' מבאבוב 45 וועט פראווען ערשטמאליגן אין שטאט שיקאגא לרגל שבת שבע ברכות פון אן אייניקל
מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות האבן תושבי שיקאגא אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועט אויף קומענדיגן שבת פרשת ויצא הבעל"ט אנקומען קיין שיקאגא, וואו דער רבי שליט"א וועט פראווען אן ערשטמאליגן שבת בתוככי העיר.
דער רבי שליט"א קומט צופארן לרגל די שבת שבע ברכות פון אן אייניקל, דער חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ רבי מנחם נחום הורוויץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ רבי פנחס שלום אייכנשטיין שליט"א, האדמו"ר מזידיטשוב חודרוב, וועלכער פירט אן זיין שיינעם הויף אין דער שטאט שיקאגא, מקום מגורי אביו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא זצ"ל.
די חתונה וועט פארקומען דינסטאג פרשת ויצא הבעל"ט, אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק, און אויף שבת וועלן דער חתן, מחותנים און די זיידעס אפרייזן קיין שיקאגא, וואו עס וועט אפגעראכטן ווערן די שבת שבע ברכות בבית מדרשו פונעם מחותן אבי הכלה, כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב חודרוב שליט"א. די שמחה וועט דינען אלס א פאסיגע געלעגנהייט פאר חסידים ואנשי מעשה תושבי שיקאגא להסתופף בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער וועט צום ערשטן מאל פראווען א גאנצן שבת אין דער שטאט.
כאטש דער רבי שליט"א האט שוין אין די פארגאנגנהייט באזוכט עטליכע מאל אין שיקאגא לרגל די שמחות ביי זיין ברודער הגה"צ רבי משה יוסף אונגער שליט"א, אבד"ק ווייטצען שיקאגא, איז ביז היינט נאך קיינמאל נישט אויסגעקומען אז דער רבי זאל פראווען דארט א שבת.
מיט'ן רבי'ן שליט"א וועלן קומען צו פארן די בחורים פון די עלטערע כיתות פון די מתיבתא באבוב 45 אין בארא פארק, וועלכע וועלן מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש.
דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין שטאט פון דאנערשטאג פרשת ויצא ביז די נאכפאלגנדע וואך מאנטאג פרשת וישלח, און וועט אויסנוצן די געלעגנהייט צו באזוכן די מוסדות התורה אין שטאט, זיך אומקוקן אויף די וואקסנדע קהילות, און אויפנעמען די תושבי העיר לעצה ולברכה. באזונדער וועט דער רבי שליט"א, אין לויף פון די קורצע ימי הביקור, איבערגעבן לומדישע שיעורים אין די ישיבות און כוללים אין שטאט, וואס וועט ווי פארשטענדליך צוגעבן א באזונדערן חיזוק צום באזוך.






תגובות