top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממחנובקא בעלזא ערהאלט במתנה פון האד' מוויזניץ ירושלים בגד קודש פון הרה"ק מסקווירא זי"ע

מיטוואך פ' מקץ • כ"ד כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ח.ל.

 

ביי א באזוך נעכטן דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א ביי כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א האט דער רבי איבערגעגעבן במתנה פאר האד' ממאחנובקא בעלזא, א גאר ווערדפולע קאפל וואס איז געמאכט געווארן פון די בגדי קודש פון זקינו כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זי"ע.


נישט לאנג צוריק האט דער וויזניצער רבי שליט"א ערהאלטן במתנה א 'סטראקעס בעקיטשע' פונעם זיידן די סקווירא רבי זי"ע, און אזוי ווי די בעקיטשע איז שוין גאר אלט און איז נישט צום באנוץ, האט דער רבי שליט"א געלאזט אויפנייען דערפון עטליכע קאפלעך.


ביים באזוך פונעם וויזניצער רבי'ן ביים מאחנובקא בעלזא רבי שליט"א, האט דער וויזניצער רבי איבערגעגעבן במתנה איינע פון די קאפלעך, פארן מאחנובקא בעלזא רבי שליט"א וועלכע האט אנגענומען די מתנה מיט א זעלטענע התרגשות, זייענדיג כידוע אדוק ומקשור צום סקווירא רבי'ן זי"ע וואו דער רבי איז אויפגעוואקסן על ברכיו של אותו צדיק וועלכע האט אים אויפגעהאדעוועט ווי אן אייגן קינד.







Comments


bottom of page